מכתב יומי

ח חשון תשפ"ו

October 30 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין געשריבן אביסל וועגן חינוך, אבער איך דארף דיר שרייבן נאך, ווייל מיר לעבן היינט אין א דור וואס איז ממש סכנת נפשות, קינדער פאלן, קינדער גייען ארויס לתרבות רעה, מען מוז טון מער פאר די קינדער, מען מוז זיך אויפפירן אין שטוב מיט דרך ארץ, טאטע מאמע מוזן זיין דרך ארץ'דיג, זיך נישט קריגן, נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, נישט אוועק מאכן איינער דעם צווייטן; אזוי איז מען זוכה צו גוטע ערליכע קינדער.


געב אכטונג אז דיינע קינדער זאלן נישט האבן קיין כלים וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט אינטערנעט רחמנא לצלן, געב אכטונג וואס פאר א כלים זענען אין שטוב, זיי נישט נאריש, זיי נישט ווי די נארישע עלטערן וואס זאגן 'נע, מיינע קינדער וועלן נישט קוקן שלעכטס, מיינע קינדער טוען נישט שלעכטס', נארישע מענטשן, זיי ווייסן נישט וואס די קינדער טוען אונטער זייער נאז אין שטוב, אונטערן רוקן, עס ברענט א פייער פון מינות וכפירה און פון ניאוף, מיר האבן היינט סיי דעם דור המבול און סיי דעם דור הפלגה, מען מוז זייער אכטונג געבן אויף די קינדער.


קויפן פאר די קינדער מתנות - נישט דאס מאכט מען זאל זיין א גוטע טאטע, א גוטע מאמע, קושן און האלזן קינדער - דאס איז נישט געבן ליבשאפט, וואס יא? אכטונג געבן אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, זיי אויסלערנען ווי זיך צו פירן, זיי אויסלערנען ברכות, זיי אויסלערנען דרך ארץ, דאווענען, לערנען, מידות טובות; דאס איז גוטע עלטערן.


גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, ערשט דאנק אים אז דו האסט חתונה געהאט, און דאנק אים פאר יעדן קינד באזונדער, און נאכדעם זאלסטו זיך צואוויינען צו אים ווי א קליין קינד, בעט אים פאר יעדן קינד, בעט פאר זיי מיט די נעמען אז זיי זאלן זיין ערליך, זיי זאלן חתונה האבן יונג און ריין, זיי זאלן לעבן מיט אמונה, מיט די תורה, בעט פאר אלע; נישט נאר פאר די קינדער וואס שיינען נישט אזוי שטארק, בעט פאר די וואס זענען די בעסטע אין כיתה פינקט אזוי ווי דו בעטסט פאר די אנדערע, ווייל עס גייען אריבער יארן און אויף די קינדער וואס מען האט געוויינט, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן - די זענען מצליח, די שיינען אויף, ווייל מען האט זיי איבערגעגעבן פארן אייבערשטן, מען האט געזאגט: "אייבערשטער איך קען זיך קיין עצה נישט געבן מיט דאס קינד", און פארשטייט זיך אז תפילה מאכט ניסים.


די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין ישיבה, און אם ירצה ה' קומענדיגע וואך זונטאג איז דא נאך א חתונה אין ישיבה, און אזוי אויך זונטאג פרשת חיי שרה וועט זיין א חתונה אין ישיבה. מוהרא"ש האט אונז געראטעוועט פון קראנק ווערן פון חובות, מוהרא"ש האט אונז געראטעוועט פון מאכן שמחות מיט פיין און פלאג. איך זע מיינע חברים מאכן חתונה, זיי געבן אויס געלט פאר גארנישט און פאר נישט, די דמיון נעבעך שפילט אין זיי אז מען וועט קוקן אויף זיי ווי שיינע לייט און זיי בארגן און דרייען זיך ארום אן א קאפ השם ישמרינו, זיי האבן נישט קיין הנאה פון די שמחה אליינס, מוהרא"ש האט מיט מסירות נפש אונז געראטעוועט פון דעם, עס איז כדאי דו זאלסט קומען צו יעדע חתונה אין ישיבה, ברענג אויך דיין ווייב, זאלן זיי זען ווי די גאנצע זאך איז א דמיון, מען דארף נישט קיין זאל, מען דארף נישט קיין בענד, מען דארף נישט קיין עכטע בלומען, מען קען זיין משונה פרייליך פון די חתונה אליינס, די חתן כלה דארפן נישט די אלע זאכן ארום, זיי האבן אמת'ע שמחה פון די חתונה אליינס, הלואי זאלן אנדערע קהילות דאס נאכמאכן, ראטעווען אידישע קינדער פון די שרעקליכע צרה פון לעבן מיט חובות און נישט קענען הנאה האבן פון אייגענע שמחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.