מכתב יומי

ז חשון תשפ"ו

October 29 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער, אז עס גייט אריבער אויף דיר וכו' - זאלסטו זיך באהאלטן ביים אייבערשטן; גיי אין א ווינקל, אין א ליידיגע פלאץ און שמועס אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג), עס איז דא א פייגל וואס ווען מען וויל איר כאפן באהאלט זי זיך אינעם פאלאץ פונעם קעניג, זי זאגט אז ביים קעניג אין פאלאץ וועט קיינער נישט קומען שיסן אויף איר, די זעלבע איז ווען א מענטש האט צרות, זאל ער זיך באהאלטן ביים אייבערשטן.


זוך דיר א שטילע ווינקל, א ליידיגע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, מיט דעם וועסטו בייקומען אלע דיינע שוועריקייטן. דער רבי זאגט (קצור לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עקר הכלי זין של איש הישראלי הוא התפילה", דער בעסטער און שטערקסטע געווער פונעם איד איז תפילה, "וכל המלחמות שצריך האדם לכבוש", און וואס פאר א מלחמות מען דארף איינעמען, "הן מלחמות היצר הרע", סיי די מלחמה מיטן יצר הרע, "הן שארי מלחמות עם המונעים והחלקים", און די מלחמה מיט די אלע וואס שטערן און האלטן צוריק דעם מענטש פון דינען דעם אייבערשטן און פון זיין נאנט צום צדיק - "הכל על ידי תפילה", אלעס קען מען בייקומען מיט די געווער פון תפילה, "ומשם כל חיותו", און פון תפילה באקומט מען לעבן, "על כן מי שרוצה לזכות לקדשת ישראל באמת", און דערפאר ווער עס וויל זיין באמת א איד, "צריך להרבות בתפילות ובקשות ושיחות בינו לבין קונו", דארף אסאך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, בעטן און דאווענען צום אייבערשטן ער זאל אים מקרב זיין צו אים מיט אן אמת, "כי זה עקר הכלי זין לנצח המלחמה", ווייל תפילה דאס איז די בעסטע און שטערקסטע געווער צו געווינען די מלחמה פון די שווערע נסיונות.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט לויפן צו חומרות ופרישות, נישט דאס איז תשובה; זיך אפשיידן און אפלאזן די וועלט, תשובה איז גיין מיט די שולחן ערוך, נישט אייגענע אויסגעטראכטע וכו', מיר דארפן נישט קיין חומרות ופרישות וכו', מיר דארפן נאר די הייליגע תורה, די הייליגע שלחן ערוך. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט, אנשי שלומינו פלעגן פרעגן דעם הייליגן צדיק רבי אברהם - א זון פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו - הנהגות אויף בינו לבינה, פלעגט דער הייליגער צדיק זאגן: "קינדערלעך היט אייך פון כריתות"; דאס הייסט מען דארף נישט מער ווי היטן די תורה, מען דארף נישט מער ווי מקיים זיין וואס שטייט אין שלחן ערוך.


שוין אזא לאנגע צייט נישט געווען קיין ליל שישי שיעורים, פון פאר ראש השנה; די וואך וועט אם ירצה ה' זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, איך וויל זייער דו זאלסט קומען זיך מחזק זיין, זיך שטארקן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.