מכתב יומי

ח טבת תשפ"ו

December 28 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווארף אוועק אלע חכמות און געב זיך אכטונג נישט צו הערן קיין דרשות פון מינים ואפיקורסים, היינטיגט טעג מיט די אינטערנענט קען מען אוועק פאלן מיט איין אויגן בליק דורך אויסהערן דרשות פון מינים ואפיקורסים. הער אויס נאר דעם רבי'ן מיט זיינע תלמידים, און פיר זיך בתמימות ופשיטות.


זאג יעדן טאג דעם יום תהלים; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א פשוט'ער איד, אן ערליכער איד, וואס זאגט תהלים און רעדט צום אייבערשטן בתמימות. דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסע סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז וואו עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריינגענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו', דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען צוריק געקומען אלע שרי המלוכה זיי זענען געקומען זוכן דעם קעניג, זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב, ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריינגענומען ביי אים אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיך אהיים טראגן צום פלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריינשפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהלים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח" (פעולת הצדיק, סימן תתל"ד).


מארגן נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען צו מאכן א יארצייט סעודה פון דעם גרויסן תלמיד מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.