מכתב יומי
ט טבת תשפ"ו
December 29 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן, מיר לערנען זיך פון מוהרנ"ת זיך צו דערהאלטן און נישט אונטערברעכן.
מוהרא"ש דערציילט אז אמאל האט רבי נתן גערעדט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות!" מוהרא"ש פירט אויס, מען זעט פון דעם אז אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען וואס איז איבערגעגאנגען, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.
היינט נאכט קומט מען זיך צאם אין די גאנצע וועלט פראווען די יארצייט פון מוהרנ"ת, וואו אידן וואוינען נאר איז דא יארצייט סעודות פאר רבי נתן. מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס איז אריבער אויף רבי נתן בחיים חיותו, די רדיפות ווי מען האט אים גע'רודפ'ט עד חרמה פאר גארנישט און פאר נישט, געלייגט אין תפיסה, געהאט צער פון די קינדער, רדיפות פון זיין טאטע, פון זיין ווייב; מען קען שרייבן גאנצע ביכער פון וואס איז אריבער אויף אים, און ווי ער האט גארנישט געוואלט צוריק טון, און דאך איז ער אנגעגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה און מיט פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים פאר די וועלט.
מען פירט זיך ביי אלע יארצייט סעודות צו קאמפיינען פאר פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, ווייל רבי נתן אפאר שעה בעפאר ער איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".
איך וויל בעטן אלע גבאים אין היכל הקודש פון אלע שטעט וואו מען קומט זיך צאם, מאכט חבורות מפיצים וואס גייען אפיציעל אין די שולן, אין די ישיבות, כוללים - מיט די גליונות, יעדן טאג און בעיקר ערב שבת, שטעלט אוועק גבאים וואס זאלן אנפירן די גרופעס, זיך מחזק זיין און זיך איינטיילן ווי אזוי מען זאל איינעמען נאך א גאס און נאך א שטאט, ארויסכאפן נשמות פון די קליפות; ווייל עס גייט אריבער יעצט ביטערע שווערע נסיונות אויף בחורים, און אויף אינגעלייט נישט ווייניגער, און מען דארף זיי כאפן בעוד מועד.
איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל מחזק זיין אונזערע מוסדות דארט, און אויך אנשי שלומינו. מיר וועלן מאכן די יארצייט סעודה היינט נאכט, אינאיינעם דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – "ולא נתן למוט רגלנו", אז ווען נישט רבי נתן וואלטן מיר זיך אויסגעגליטשט, מיר וועלן דאנקען דעם אייבערשטן "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, ונתן", און אונז געגעבן רבי נתן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.