מכתב יומי
ח סיון תשפ"א
May 19 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס זאל איך דיר דערציילן, מיר האבן געהאט אזא שיינע יום טוב אין שטעטל, איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן אראפשרייבן וואס מיר האבן זוכה געווען; עס איז געווען אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך. מיר האבן געהאט א הכנסת ספר תורה, אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס עצות, מען האט געשפירט ווי דער רבי איז דא, רבי נתן איז דא און מוהרא"ש איז דא, מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט, אזויפיל בחורים און אינגעלייט האבן מיר דערציילט אז זיי האבן אנגעהויבן מיט א פרישקייט נאכאמאל לערנען זייערע שיעורים כסדרן, אלע האבן זיך באנייט.
איך וועל מקצר זיין, איך דארף נאך קומען צו די כוחות; נעכטן נאכט האבן מיר געטאנצן און געשפרינגען מיט אזא שמחה.
איך האף דיר צו זען מארגן ביים שיעור; עס איז זייער וויכטיג צו קומען צו די שיעורים, בפרט ווען מען הייבט אן טראכטן: 'וואס וועט מען שוין רעדן? וואס וועט מען שוין מחדש זיין? איך ווייס דאך אלעס', דעמאלט איז גאר וויכטיג צו קומען צום שיעור, ווייל ווען מען הייבט זיך אן אפקילן - דעמאלט דארף מען רחמי שמים מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן.
איך האב דיר געוואלט פרעגן אויב דו קענסט מיר פארבארגן געלט פאר א יאר. איך בארג נישט פאר מיינעט וועגן; גלייב מיר, איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די מוסד פאר מיר, איך קום דיר גארנישט און דו קומסט מיר גארנישט, איך נעם נישט פון קיינעם, דיין שכר לימוד וואס דו געבסט נישט אדער געבסט יא - דאס גייט פאר דיינע קינדער, פאר זייערע מלמדים און טיטשערס, איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די מוסד, איך דארף נישט קיין געלט, איך זוך צו בארגן פאר די מוסד, איך דארף יעצט קויפן שטחים פאר די עתיד פון די שטעטל, אויב דו וועסט מיר בארגן וועסטו האבן די זכי' צו האבן א חלק אין די מצוה.
מענטשן מיינען אז דא גיסט זיך געלט; מען זעט ווי עס בויען זיך מוסדות, מיר האבן שוין דריי חדרים, צוויי מיידל סקולס, צוויי כוללים, א ישיבה, א בית הדפוס וואו מען דרוקט א יאר קרוב צו א מיליאן ספרים, קונטרסים און גליונות וכו', ועל כולם א שטעטל; מען האט שוין געעפנט דעם שבת דעם דריטן שול, יעצט ענדיגט מען א דריטע מקוה; מען ווייסט נישט דער סוד פון וואו מיר האבן דאס אלעס, מיר גייען צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט די גאנצע געלט פון די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.