מכתב יומי

ט סיון תשפ"א

May 20 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נאך אלץ זייער פרייליך פון יום טוב שבועות, עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה צווישן אנשי שלומינו, מען האט געשפירט וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; די איינוואוינער פון שטעטל האבן געעפנט זייערע הערצער, אלע האבן אריינגענומען געסט מיט אזא ברייטקייט און צוגעלאזנקייט, צענדליגער משפחות און צענדליגער בחורים זענען געקומען מיטהאלטן דעם יום טוב שבועות, אלע מיט איין ווילן - הערן און פאלגן וואס דער רבי לערנט אונז.


די ערשטע נאכט שבועות האבן מיר געזאגט דעם תיקון ליל שבועות אינאיינעם, מען האט געזינגען אינאיינעם און געטאנצן אינאיינעם ביזן עלות השחר. שבועות בייטאג איז געווען די הכנסת ספר תורה, עס האט זיך געשפירט ווי שמחת תורה; מען האט געטאנצן מיט די תורה, מען האט געטאנצן אין גאס ביים אריינגאנג פון בית המדרש; אלע האבן זיך געשפירט זייער נאנט צו די תורה, נישט ווי געסט וואס קומען בלויז א טייל נעמען ביי די שמחה וכו'. אלע האבן געשפירט די שמחה, ווייל אז מען לערנט יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה און מדרשים - שפירט מען א טעם ביי א הכנסת ספר תורה און שמחת תורה, מען שפירט אז מען האט מיט וואס צו טאנצן.


נאכן דאווענען, ביים קידוש, האבן מיר זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה. ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט לערנען און דאווענען און טון מצות, עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון".


שפעטער נאכמיטאג, מיטל נאכט נאך מנחה, האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן סימן ע"ו, די שיחה וואו דער רבי איז אונז מגלה דעם סדר דרך הלימוד, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפהאלטן פון לערנען, נאר מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה און ביים סוף וועט מען פארשטיין; מען האט אסאך גערעדט פון די מתנה וואס מיר האבן, אז מיר קענען לערנען אפילו מען איז פאריאגט און פארפלאגט.


דער צווייטער טאג שבועות נאך שחרית ביים קידוש האט מען דערציילט וואס רבי נתן ברענגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא): "אֶחָד שָׁאַל אוֹתוֹ בְּעִנְיַן הַנְהָגַת הִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", א איד האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים געבן א וועג פאר עבודות השם, "וְצִוָּה לוֹ לִלְמֹד", האט אים דער רבי געזאגט ער זאל לערנען תורה, "וְשָׁאַל אוֹתוֹ: הֲלֹא אֵינִי יָכוֹל לִלְמֹד", האט דער איד געזאגט פאר'ן רבי'ן, איך קען נישט לערנען איך דארף אן עצה אויף די עצה, "הֵשִׁיב לוֹ: עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", האט אים דער רבי געזאגט, דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו אלעס, "לְכָל טוּב", צו אלע גוטס, "לְתוֹרָה", צו תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגע מדריגות, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלע גוטס פון די העכסטע וועלטן; מיט דעם קען מען פארשטיין וואס איז דער ענין אז מען לייגט ביימער און גראז ארום דעם ארון הקודש און אויך ביי די בימה וואו מען ליינט די תורה, כדי צו ווייזן דער סוד ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו לערנען די תורה, אויב מען וויל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה - דארף מען גיין צווישן די ביימער זיך מתבודד זיין, מען דארף גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): צווישן די גראז איז גוט אז מען רעדט צום אייבערשטן; מען מאכט אין בית המדרש א פלאץ פאר התבודדות, מען ברענגט אריין די פעלד אין שול, מיר זאלן געדענקען אז מען זאל רעדן אין שול צום אייבערשטן, אונטער'ן טלית זאל מען זיך מתבודד זיין.


מען האט גערעדט אז דאס איז די מעלה פון די שטעטל קרית ברסלב, עס איז א פלאץ וואו מען קען רעדן צום אייבערשטן; אלע הייזער זענען אין פעלדער און אין וועלדער, מען גייט ארויס פון שטוב איז מען אין פעלד, מען קען זיך גוט מתבודד זיין.


אויך האט די שטעטל א מעלה אז די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, אלע קינדער פון גרויס ביז קליין רעדן פונעם אייבערשטן און אלע רעדן צום אייבערשטן; אויסער דעם איז בכלל נישט קיין מעלה צו וואוינען אין שטעטל. מיר האבן אויסגערעכנט אלע חסרונות פון די שטעטל, ווינטער האקט זיך יעדן צווייטן טאג אפ די לעקטער פון די שטארקע ווינטן, רעגן און שניי; אויך איז שווער צו גיין און קומען צום בית המדרש, עס איז בערגיג; אויך אז מען דארף עפעס איינקויפן דארף מען ווארטן ביז מען האט א וועג וכו' וכו', מען האט אויסגערעכנט אלע חסרונות; איין מעלה איז דא אין שטעטל אז אלע ווילן איין זאך, אלע ווילן לעבן מיט'ן רבי'ן, מען וויל דער רבי זאל ווייזן די וועג - אנשטאט דער טערעפיסט, מען פאלגט דעם רבי'ן - אנשטאט פאלגן די שכינים; אין שטעטל איז דער רבי דער וועג ווייזער, אין שטעטל נעמט מען די שכל פון רבי'ן - נישט פון צייטונגען און מאגעזינען, קיינער דארף נישט קיין צייטונג, די גראסערי פארקויפט נישט קיין צייטונג; מען דארף נישט קיין תקנות נישט צו פארקויפן די זאכן ווייל קיינער דארף עס נישט, אפילו פאר געלט וועט מען דאס נישט ארייננעמען אין שטוב, אזוי ווי מען דארף נישט קיין תקנה נישט צו פארקויפן צואה. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו קוקן אין די זאכן; אונזערע מלמדים און טיטשערס זענען אנגעזאפט מיט אשר בנחל, עצתו אמונה; זיי לייגן אריין אין די קינדער אשר בנחל און עצתו אמונה, זיי רעדן פון אמונה, נישט דער צייטונג רעדט ארויס פון זייער בויך.


איינער זאגט מיר ער האט געליינט אין צייטונג, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון, אנווייזונגען פון א פראפעסאר וואס מען זאל טון ווען עס פאסירט א געדרענג. די ערשטע זאך ווען מען שפירט ווי מען ווערט צעדרוקט זאל מען בלייבן שטיין אויף די פיס מיט אלע כוחות, אויב מען שפירט ווי מען קען נישט מער שטיין אויף די פיס - זאל מען זיך האלטן מיט די קאפ אין דער הייעך, און אז מען שפירט ווי מען קען נישט, זאל מען מיט אלע כוחות אטעמען; א גאנצע לאנגע ארטיקל וואס מען זאל טון נישט אנקומען צו ווערן צעדרוקט, זאג איך אים, דאס הייסט חוזק געמאכט פון מענטשן, דאס זענען לצים, זיי מאכן ליצנות פון מענטשן; זאג מיר, איך ווייס נישט אליינס צו שטיין אויף די פיס? איך דארף א פראפעסאר זאל מיר דאס זאגן? איך ווייס נישט אליינס ווען מען צעדרוקט מיר אז איך זאל אויפהייבן מיין קאפ צו אטעמען? די אלע מענטשן וואס זענען נעבעך אומגעקומען אין מירון האבן נישט אויפגעהויבן זייער קאפ צו אטעמען? ווער שרייבט צייטונגען? נידריגע מענטשן, פוסטע יונגען, זיי מאכן ליצנות פון מענטשן.


אנשטאט שרייבן אין גרויסע אותיות, מען רופט דאס אן 'קידוש לבנה אותיות': "מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר ווייסן נאר איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה, מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, אלעס איז אנגעשריבן פון אויבן; ראש השנה האט מען שוין דן געווען יעדן איינעם, 'מִי יִחְיֶה', ווער גייט לעבן, 'מִי יָמוּת', ווער גייט שטארבן, 'מִי בַצָּמָא', ווער וועט שטארבן פון דורשט, 'מִי בָרַעַשׁ', ווער וועט שטארבן פון אן ערד ציטערניש, 'מִי בַמַּגֵּפָה', ווער וועט שטארבן פון א מגיפה, 'מִי בַחֲנִיקָה', ווער וועט דערווארגן ווערן און אזוי ווייטער; ווער עס זאל זיין אין מירון, ווער עס זאל זיין אויפ'ן בארג, ווער זאל ארויסקומען לעבעדיג", - אנשטאט דעם שרייבט מען הבל הבלים, מען מאכט חוזק פון מענטשן; דאס ליינט עולם גולם, קינד און קייט, ביי אלע וואס רופן זיך חסידים קומט אריין די לופט בלעטער, דברי רוח; דאס פיטערן די מלמדים פאר די קינדער, זיי האבן נישט וואס צו זאגן ווען עס פאסירט א טראגעדיע, אלע קוקן וואס זאגט דער צייטונג.


איך נעם נישט קיין מלמדים וואס ליינען צייטונגען, איך נעם מלמדים וואס לערנען די הייליגע תורה; זיי נעמען זייער השקפה פון אשר בנחל און עצתו אמונה וואס איז געבויט אויפ'ן רבינ'ס ספרים און אויף די הייליגע חז"ל.


דאס איז די מעלה אין שטעטל, פון דעם האבן מיר אסאך גערעדט די צווייטע טאג; אויב מען זוכט א שיינע פלאץ צו וואוינען - איז דא שענערע פלעצער, אויב מען זוכט א פלאץ וואו מען קען ארומפארן מיט א ע"י ט"י וו"י - טוט מיר א טובה זוכט א צווייטע פלאץ, נישט פארדעם בלוטיג איך פאר'ן שטעטל, אויב מען זוכט וואו מען קען אנטלויפן פון קבלת עול מלכות שמים - קומט נישט אהער, נאר אז איר זוכט א פלאץ וואו מען לעבט, וואו מען לאזט שמייכלען, א פלאץ וואו מען איז זיך מחזק צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


שפעטער נאכמיטאג נאך מנחה האבן מיר געליינט די כתובה, מען האט זיך ווייטער מחזק געווען מיט די זיסע עצות.


איך דארף אריינלויפן צו די בחורים, איך וועל דיר שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


איך וויל דיר זען היינט נאכט ביים שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.