מכתב יומי

ח שבט תשפ

February 03 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו פירן וכו'; דאס איז די עצה וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן שטענדיג בעטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ".


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלח) דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צו אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם טאטע זיסער געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


געדענק, ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א יסוד היסודות; זאלסטו זען אכטונג צו געבן אויף דיין ווייב, איר מכבד זיין און אכטונג געבן פון די וואס קילן אפ דיין שלום בית. חבר זיך נישט מיט נואפים וואס מאכן חוזק פון האבן שלום בית השם ישמרינו.