מכתב יומי

ט שבט תשפ

February 04 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין מוהרא"ש'ס בריוון און קונטרסים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן.


אונזערע תלמידות גייען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן א פארשטעלונג (פלעי); מען גייט פארשטעלן די צענטע מעשה פון סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם בערגער און דער ארעמאן. דאס וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א שטארקע הפצה; בעט דיין ווייב זי זאל פארקויפן טיקעטס פאר אירע חבר'טעס און משפחה, וועט זי האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם רבי'ן אין די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.