מכתב יומי
ח תשרי תשפ"ה
October 10 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נישטא קיין צייט פון שרייבן לאנגע בריוו, עס איז א צייט פון "ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון", אבער איך דארף דיר שרייבן, אויב דו קענסט נאך היינט באצאלן דיין חוב וואס דו קומסט פאר די מוסד פון שכר לימוד פאר דיינע קינדער - זאלסטו היינט דאס באצאלן, און הלואי וואלסטו געטון מער פון צאלן שכר לימוד פאר די מוסד פון דיינע קינדער, פאר די מלמדים און לערערינס פון דיינע קינדער, מען זאל זיי קענען באצאלן צייטליך, זיי זאלן האבן א שמחת יום טוב.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין אזוי פרייליך אז מיר האבן זוכה געווען די יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די תיקונים פון הייליגן רבי'ן וואס האט מבטיח געווען אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם מתקן זיין, און ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך כל השנה.
איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאלפן ראש השנה אז אונזער קיבוץ זאל זיין אזוי שיין און אזוי גוט; נאר מיט די הילף פון יעדן איינעם האבן מיר געהאט אזא שיינע איינגענעמע יום טוב.
מאך זיך א חשבון וועם דו האסט וויי געטון, וועם דו האסט מבזה געווען, אדער מצער געווען, און אויב דו האסט איינעם געטשעפעט, וויי געטון, אדער פארשעמט - זאלסטו יענעם אנרופן איבערבעטן, ווייל אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטרע מוחל יום כיפור, אויסער אויף עבירות שבין אדם לחבירו (יומא פה:), און זיי זיך מקבל מער נישט וויי טון קיינעם, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קיינעם נישט זאגן קיין שלעכט ווארט.
בעיקר וואו מען דארף זיך מאכן די חשבון - איז אין שטוב; מען דארף איבערבעטן די ווייב פארן איר וויי טון, פארן איר מאכן וויינען, און איר צוזאגן אז מען גייט מער נישט וויי טון.
היינט וועט זיין די שיעור אין שטעטל, און אז דו קענסט נישט קומען - זאלסטו עס הערן אויפן טעלעפאן. עס איז זייער וויכטיג צו הערן די שיעורים, אז נישט ווערט מען אלט, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין"; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.
מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר האבן מיר זוכה געווען צו שוחטים אנשי שלומינו, ערליכע אידן. עס וועט זיין אין שטעטל כפרות מיט שוחטים, מען וועט קענען מקיים זיין די מנהג ישראל. די געלט פון די כפרות גייט פאר די מוסד, און די פלייש גייט אויך פאר די מוסד.
אויך איז דער מנהג אז אלע גייען אין מקוה, אויך די פרויען; צו זיין ריין און הייליג, און ביי חצות היום טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה. מען טינקט איין די חלה אין האניג, און מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטנג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.
מען פירט זיך צו צינדן א ליכט אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג, א גאנצן יום כיפור. יום כיפור גייט מען ווייס, אויך די פרויען גיין ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חלישות הדעת וועט אלץ זיין, ווייל מען האט נאכנישט אראפגעשלינגען אז דו ביסט ביים רבי'ן; דער סמ"ך מ"ם מיט די קליפות וואס זענען באשאפן פון די עבירות לאקערן אויף דיר, זיי האבן דאס נאכנישט אראפגעשלינגען, זיי ווילן איין זאך: "גיי אוועק פון רבי'ן"; דאס איז פארוואס דו האסט חלישות הדעת און ווייטאג, נאר פאר די איין זאך, זאלסט שוין אפלאזן דעם רבי'ן.
בעט דעם אייבערשטן: "אל תשליכנו מלפניך", הייליגער באשעפער ווארף מיך נישט אוועק, "ורוח קדשך אל תקך ממנו", איך זאל נישט אוועק גיין פון היכל הקודש, פון הייליגן רבי'ן.
היינט נאכט וועט זיין א שיעור, שטארק זיך אויף אלע בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' און קום זיך מחזק זיין.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.