מכתב יומי

יא תשרי תשפ"ה

October 13 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה ב', י"א תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען שוין ענדיגן די וואך מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך שמחת תורה אנצוהויבן פרשת בראשית, נאר קומענדיגע וואך זונטאג, חול המועד סוכות - קען מען שוין אנהויבן פרשת בראשית. מוהרא"ש האט דאס אלע יארן געבעטן, מיר זאלן נישט פארפאסן די אנהויב יאר, מען זאל זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה פון מעביר סדרה זיין, יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום מיט רש"י.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זע צו ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אזוי וועסטו קענען אנהויבן זונטאג חול המועד פרשת בראשית, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י, דורכדעם וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, דו וועסט האבן א שמירה עליונה, וועסט זיין אפגעהיטן פון די יצר הרע פון עבירות.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות וכו', פאלג וואס צדיקים זאגן בתמימות ופשיטות. מוהרא"ש האט אויך געוואוסט פון די ווערטער פון הייליגן אריז"ל וואס זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין דווקא פרייטאג, און דאך האט ער אונז געמוטיגט אלע יארן ביי די שיעורים און אין די בריוו אז מיר זאלן במשך די וואך - אנגעהויבן פון זונטאג - מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגער ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


דאס זאל זיין פון דיינע נייע קבלות פאר די נייע יאר, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זיך פירן ווי א פשוט'ער איד, בתמימות ופשיטות, אזוי ווי מיר האבן דערמאנט אין אומאן ביי די שיעורים, תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהודות; ווייל מעביר סדרה זיין וועט דיר ברענגען יראת שמים. אזוי ווי דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו ווען ער איז אים געקומען באזוכן, דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיי לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען רבי מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים רבי מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזוי קען זיין אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן רבי מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז רבי מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.