מכתב יומי
ט ניסן תשפ"ב
April 10 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם מיר געפונען זיך שוין אין די וואך פון דעם הייליגן יום טוב פסח, יעדער איינער איז עוסק מיט'ן אויסרוימען דעם חמץ; מיר דארפן אויך אויסרוימען דעם חמץ פון אונזער הארץ און קאפ. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה): "וְעִקָּר לִשְׁמֹר מֹחוֹ שֶׁלֹּא יַחֲמִיץ", מען דארף היטן דעם מח עס זאל נישט ווערן חמץ'דיג, מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, נאר גלייבן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. מיר דארפן ארייננעמען די אמונה, חזר'ן אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט אלעס נאר פאר אונזער גוטס, חס ושלום האבן א שלעכטע געדאנק, א פינטעלע חמץ. דער רבי זאגט: "שֶׁתִּשְׁמֹר אֶת חָכְמָתְךָ שֶׁלֹּא יִכְנוֹס בּוֹ חָכְמוֹת חִצּוֹנִיּוֹת, שֶׁלֹּא תְּהַרְהֵר בְּהִרְהוּרִים רָעִים", מיר דארפן היטן אונזער מחשבה, נישט האבן קיין שלעכטע מחשבות, נישט טראכטן קשיות אויפ'ן אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה תִּנָּצֵל מֵחָמֵץ שֶׁהוּא סִטְרָא דְּמוֹתָא וְכוּ'".
בנוגע זיך מישן פסח וכו'; מוהרא"ש האט געהאלטן מען זאל נישט קויפן די אלע "כשר לפסח" זאכן וואס מען מאכט נאך ממש אזוי ווי חמץ; פיצא, קעיק - וואס זעט אויס ווי חמץ, זופ מאנדלעך און דאס גלייכן; מוהרא"ש שרייבט: "פארוואס געבן די רבנים א הכשר אויף די זאכן?" עס איז א וויכטיגע זאך קינדער זאלן וויסן אז פסח עסט מען נישט דאס, פסח טוט מען נישט יענץ, און אזוי ווייטער.
בנוגע מעביר סדרה זיין וכו'; פאר די חוץ לארץ'דיגע אידן איז די וואך, די וואך פון פסח און א וואך נאך פסח, אלע דריי וואכן - גייט פרשת אחרי. מען קען אנהויבן מעביר סדרה זיין פרשת אחרי פון די וואך, אדער קען מען מעביר סדרה זיין די וואך נאך פסח. די ארץ ישראל'דיגע אידן האבן צוויי וואכן פרשת אחרי, די וואך און קומענדיגע וואך.
א כשר'ן פרייליכן יום טוב.