מכתב יומי

י ניסן תשפ"ב

April 11 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ביי מיר אין שטוב ווילן מיר שוין כשר'ן, מיר ווילן שוין אנהויבן קאכן פאר יום טוב, דאך וועלן מיר ווארטן צו כשר'ן ביז די קינדער קומען אהיים פון חדר. מיר זענען מקפיד צו כשר'ן דיקא ווען די קינדער זענען אין שטוב, זיי זאלן זען ווי מען גיסט די הייסע בריעדיגע וואסער, ווי עס טוט זיך און ווי עס גיסט זיך... זיי זאלן זען ווי אזוי מען גרייט אן א יום טוב, ווי אזוי מען ברענגט אריין דעם פסח.


חינוך איז פון די הייליגסטע זאכן ביי אידישע קינדער; וואס קינדער זעען אין זייערע יונגע יארן - דאס בלייבט זיי, מיט דעם וואקסן זיי אויף. רבי נתן האט געזאגט: "ביי מיר איז חינוך אזא גרויסע עבודה - אזוי ווי די עבודה פון זאגן תיקון חצות"; רבי נתן פלעגט אויפבלייבן צו מחנך זיין די קינדער, אפילו ער האט זיך געוואלט לייגן שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין חצות.


זיי בודק-חמץ דיין טעלעפאן; מען דארף דאס כשר'ן, עס זאל זיין כשר, עס זאל נישט זיין קיין עבירות אין דעם.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.