מכתב יומי

ט סיון תשפ

June 01 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


פריי זיך מיט דיין אידישקייט ווי אזוי עס זעט נאר אויס; פריי זיך מיט דיין תפילין, מיט דיין ציצית און מיט דיין בארד און פיאות, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון דער וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


מיט דעם וואס מען פריידט זיך מיט די מצוות איז א סימן אז מען האט א ריינע אמונה, אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט איז א סימן אז דער מענטש איז אן ערליכער איד.


איך וויל דיר ליידענען צום פדיון הבן פון מיין אייניקל נחמן נתן בן בני ר' שלמה נרו יאיר, וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פארקומען דאנערשטאג פארנאכטס ביי מיין זיידע אין בית המדרש, איך וועל זיך זייער פרייען דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים; דער רבי געבט אונז אזא שטארקע אמונה, אזא שכל וואס נאר גרויסע צדיקים זענען זוכה דערצו.


ווילסט אויך אביסל פון די שכל? קוק אריין אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן (צוואת מוהרא"ש, אות ח): "תָּמִיד תַּכְנִיסוּ בְּדַעְתְּכֶם וְיִהְיֶה לִפְנֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַנְהִיג אֶת עוֹלָמוֹ בְּהַשְׁגָּחָה פְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת וְאֵין בִּלְעָדוֹ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", איר זאלט שטענדיג געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט, "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", דעריבער וואס דארף איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארפט איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן? "רְאוּ לְהַרְגִּיל עַצְמְכֶם לִבְרוֹחַ רַק אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, וְכָל מַה שֶׁאַתֶּם צְרִיכִים תְּבַקְּשׁוּ רַק מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ", געוואוינט אייך צו שטענדיג צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און וואס איר דארפט זאלט איר זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן.


די ווערטער: "מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", וואס דארף איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארפט איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן - דאס איז אזא שטארקע שכל! דאס בארואיגט אזוי דעם מענטש; מען הערט אויף זארגן פרעמדע זארג, מען הייבט אן לעבן א רואיגע לעבן, מען ווייסט און מען געדענקט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


ווי גליקליך זענען מיר, וויפיל דארפן מיר טאנצן און שפרינגען: "אַשְׁרֵינוּ - מַה טוֹב חֶלְקֵינוּ!"


די וואך וועט נישט פארקומען דער וועכנטליכער שיעור ליל שישי; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין דער פדיון הבן פון מיין אייניקל נחמן נתן בן בני ר' שלמה נרו יאיר, עס וועט פארקומען ביי מיין זיידע אין בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.