מכתב יומי

י סיון תשפ

June 02 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


געב אכטונג פון לצנות; דער רבי האט געזאגט אז מען קען זאגן ווערטלעך נאר מיט די דריי תנאים: "אן קיין ניבול פה, נישט אויף יענעמ'ס חשבון און מען זאל נישט זיך מיינען", און דער רבי האט אויסגעפירט: "היינט גייט זאגט ווערטלעך..." ווי צו זאגן: 'איז דען שייך צו זאגן ווערטלעך אויף דעם וועג?'


רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען שטענדיג נעמען חיזוק, יענער האט זיך אויך געדריידט ביי א צווייטער מפורסם וואס איז געווען פול מיט ליצנות, האט אים רבי נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם מפורסם, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צי יענעם קום נישט צי מיר, ווייל איך קען נישט ליידן קיין ליצנות, אזוי ווי מיר געפונען אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): 'אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב', איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי"; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו', וכו'.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד, סיי מיט דיין חודש'ליכע צדקה פאר די רענט פונעם בנין הישיבה און אויך פאר די אנדערע צדקות. די מוסדות האלטן ברוך ה' אין איין וואקסן מער און מער; מיר האבן אנגעהויבן מיט א קליינע ישיבה און היינט איז שוין דא א תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל און אזוי ווייטער.


אין אומאן ענדיגט מען יעצט אנגרייטן די גרובער פאר וואסער; פאריאר און פאר צוויי יאר צוריק איז נישט געווען קיין וואסער, אבער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דאס יאר האבן אנגעגרייט גענוג וואסער, איך שיק דיר דא בילדער פון די ארבעט.


איך וויל זייער שטארק דו זאלסט זיין מיט אונז ראש השנה הבא עלינו לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האט זיך אנגעפאנגען א נייע פרשה, עס קומען פאר שרעקליכע ראיאטן אינעם גאנצן לאנד; מענטשן, רוצחים גייען ארום רויבן און פלינדערן געשעפטן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אידישע קינדער עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד.


מען זעט קלאר אז פון הימל וויל מען אונז אויפוועקן פון שלאף, מיר זאלן געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מיר זאלן נישט מיינען אז מיר זענען באקוועם אין אמעריקע; אמעריקע היט אונז, אמעריקע איז שטארק, אמעריקע איז רייך. קוים וואס מען הייבט אן ארויס צו קריכן פון די פרשה פון קאראנע איז מען אריין אין א נייע פרשה פון די צעווילדעוועטע מאסן וואס גייען ארום מאכן חרבנות. קודם האט מען זיך געדארפט איינשפארן אין שטוב צוליב קאראנע, יעצט איז אריין א געזעץ אז מען טאר נישט זיין אין גאס ביינאכט צוליב די ראיאטן; דאס אלעס מיינט מען אונז, דער אייבערשטער וויל אונז אויפוועקן מיר זאלן זיך צוריק קערן צו אים.


האב נישט מורא, נעם אריין אמונה אין זיך וועלן אלע פחדים אוועק גיין; אז מען איז זיך מכניע פאר'ן אייבערשטן, מען לעבט מיט אמונה - פאלן אוועק אלע פחדים און מען האט נישט מורא פון קיינעם. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות, אות מריבה, סימן כא): "כְּשֶׁיֵּשׁ הַכְנָעָה, עַל-יְדֵי-זֶה אֵין מוֹרָא בְּמִלְחָמָה", ווען מען איז זיך מכניע צום אייבערשטן האט מען נישט קיין מורא פון מלחמות, "כְּאִלּוּ הוּא יוֹשֵׁב בְּמָצוֹר", מען איז אזוי זיכער ביי זיך אזוי ווי מען זיצט אין א פעסטונג; אמונה שטארקט דעם מענטש מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


בעט דעם אייבערשטן אז די שטאטישע אפיסעס וואס מאכן די פאספארטן זאלן זיך שוין עפענען, ווייל זייער אסאך אינגעלייט האבן נישט קיין פאספארט פאר זיי און פאר די קינדער. מיר האבן איין עצה: "תפילה", בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר זאלן קענען קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, עס זאל שוין זיין "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר מיט אלע אירע שלעכטע זאכן זאל זיך שוין ענדיגן, "תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר, נאר מיט גוטס פאר אידישע קינדער.


איך שיק דיר נאך בילדער ווי מען גראבט דעם וואסער באסיין; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר האבן גענוג וואסער אויף יום טוב פאר'ן גאנצן עולם.


עס קען זיין אז צוליב די נייע געזעץ אז מען טאר נישט זיין אין גאס נאך אכט אזייגער וועט דער פדיון הבן פון מיין אייניקל דארפן זיין פריער, אינמיטן טאג; איך וועל דיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


טו תשובה וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע מעשים; זאג: "אייבערשטער, איך הייב אן פונדאסניי", זאג: "אייבערשטער איך גיי שוין מער נישט טון די עבירה".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָּעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפ'ן יצר הרע איז תשובה.


איך בעט דיר זייער, הייב זיך אויף, הייב אן פונדאסניי; קוק נישט וואס איז געווען. מען קען אויף אלעס תשובה טון, אפילו מען האט געטון אסאך נארישקייטן קען מען נאכאלץ תשובה טון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "אִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכנט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט.


מיר גרייטן זיך פאר א קאמפיין צאמצונעמען צדקה פאר די מוסד; איך האף אז דו וועסט העלפן די מוסד און אנטייל נעמען אינעם קאמפיין, דו וועסט בעטן דיינע באקאנטע, דיינע פריינט און דיין משפחה זאלן געבן צדקה פאר די מוסד וואס העלפט דיר און דיינע קינדער. די געלט וואס מען נעמט יעצט צאם וועט גיין נאר פאר דיר און פאר דיינע קינדער, זיי זאלן האבן א פלאץ וואו צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.


אז דו ווילסט אנטייל נעמען ביטע זיך פארבינדן מיט האברך ... נרו יאיר.


זאג אביסל תהילים וועסטו זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.