מכתב יומי
ט שבט תשפ"ה
February 07 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות. זאלסט זיך איבערבעטן מיט דיין ווייב, ווייל פרנסה קען מען נאר האבן אויב מען איז בשלום און מען איז מכבד די ווייב. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט), עשירות און פרנסה איז בזכות די ווייב.
ניץ אויס דעם שבת מיט תפילה והתבודדות. ווען דו גייסט צום שול און דו קומסט אהיים פון שול זאלסטו נישט רעדן קיין נארישקייטן, ניץ אויס די צייט פאר תפילות און התבודדות, אויך זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון אמונה און פון שמחה.
די קומענדיגע וואך דאנערשטאג איז חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער. מיר דארפן זיך לערנען, ווי אזוי ווערט א בוים? מען נעמט א קליינעם קערל און מען לייגט דאס אין דער ערד, דער קערל ווערט פארפוילט און צוביסליך קומען ארויס פון איר ווארצלען ביז עס ווערט א גרויסער בוים, אזוי אויך ווען מען געדענקט אז (בראשית ג, יט): "כִּי עָפָר אַתָּה וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", מען קומט פון די ערד און מען וועט באלד דארפן צוריק גיין צו די ערד, מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען גרויסט זיך נישט, מען שפירט זיך ווי א קליינע קערל וואס איז באדעקט מיט זאמד, מען איז א שכן לעפר בחיים - איז מען זוכה אז מען וואקסט א גרויסע בוים, מען ווערט א גרויסער צדיק.
מיטוואך נאכט זאלסטו מאכן א סעודה אין שטוב מיט דיין משפחה, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן. זאלסט מאכן א פרייליכע סעודה, ווייז זיי די וואונדער פונעם אייבערשטן; אזוי סאך פרוכט, אלע סארט, יעדע פרי זעט אויס אנדערש, יעדע פרי האט א באזונדער טעם, די וואונדער פונעם אייבערשטן.
אויך איז חמשה עשר בשבט די געבורטס טאג פון מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו, מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די צדיקים וואס האלטן אונז ביים לעבן, לאזן אונז נישט פאלן.
מיר פירן זיך היינט ערב שבת בשלח צו לייגן ברעקלעך פאר די פייגלעך, מען רעדט פון דעם, מען מאכט מיט די קינדער אן עסק, מען לערנט זיי ווי אין אלע דורות קומען די לצים און שפעטן פון די צדיקים. משה רבינו זאגט אז דער אייבערשטרע זאגט עס וועט נישט פאלן קיין מן שבת, קומען די לצים דתן ואבירם און שפרייטן אויס ברעקלעך, זיי ווילן מען זאל זען אז משה רבינו ווייסט נישט, למעשה זענען די פייגלעך געקומען און דאס אלעס אויפגעגעסן, אלס זכר לייגט מען ברקעלעך צו לערנען די קינדער זיך אכטונג געבן פון לצים וואס לאכן און שפעטן פון צדיקי אמת.
א פרייליכן שבת.