מכתב יומי
יב שבט תשפ"ה
February 10 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ פאר זייערע מלמדים און טיטשערס, און אפילו ווען עס מאכט זיך (עס זאל זיך נישט מאכן) אז דיין קינד דערציילט זאכן וואס מען האט געטון מיט אים, וואס לדעתך טויג עס נישט - זאלסטו זיי נישט חרוב מאכן בידים, נאר זיי זאגן: "טאטי וועט רעדן מיטן מלמד און מיטן מנהל", אבער דו מיזט האבן דרך ארץ פארן מלמד און פאר די טיטשער, ווייל חס ושלום אויב דו וועסט זיך ארויסכאפן אפילו איין ווארט פון זלזול - האסטו אוועק גענומען די חינוך פון די גאנצע יאר פון דיין קינד, און אויב דו וועסט חס ושלום זאגן א ווארט קעגן זיין מנהל, אדער חדר - האסטו גורם געווען אז דאס קינד וועט נישט קענען מער מקבל זיין די אלע יארן וואס ער לערנט אין חדר און אין סקול.
איך האב אויך ברוך השם א שטוב מיט קינדער, און איך האב אויך גענוג און נאך מעשיות וואס מיינע קינדער זענען אהיים געקומען און געזאגט אז מען האט זיי ב'עוולה'ט וכו', וואס האב איך זיי געזאגט? "איך וועל רעדן מיט דיין רבי, איך וועל רעדן מיט דיין טיטשער, אבער איך וויל דו זאלסט האבן דרך ארץ פאר דיין רבי און פאר דיין טיטשער", און שטילערהייט האב איך גערעדט מיטן מנהל אדער מנהלת אדער מיטן מלמד אליין, און זיך נאכגעפרעגט וואס גייט פאר, און זיי געזאגט ווי שטארק איך בין זיי מעריך, ווי איך שעץ זייער שווערע ארבעט, און אפשר זאל מען מאכן אזוי, אדער אזי, אבער קיינמאל נישט געלאכט אדער אוועק געמאכט דעם מלמד אדער טיטשער פאר מיינע קינדער.
האסט נישט קיין אנונג וואס מיינט זיין א מלמד און זיין א טיטשער, האסט נישט קיין אנונג די שווערע ארבעט, און די קינדער וואס קומען פון די שטיבער וואס זענען נישט פארזיכטיג, ווען א קינד זאגט מיין רבי האט מיך נישט ליב מיין טיטשער האט מיך נישט ליב, און אז די עלטערן רעדן דברי זלזול און די קינדער קומען מיט א חוצפה און מאכן א געשפעט פאר די אנדערע קינדער - איז דאס א חורבן לדורות.
גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, און בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ערליכע הייליגע דורות, העלף מיר מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן לעבן מיט אמונה, מיט אמונת חכמים, זיי זאלן לערנען און דאווענען און טון מצוות", רעכן אויס יעדן קינד און יעדן אייניקל יעדן איינציגסטן טאג, תפילה איז די יסוד פאר גוטע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.