מכתב יומי

ט תמוז תשע"ח

June 22 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ט' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מיר וואלטן געוואוסט וואס שבת איז, וואלטן מיר געטאנצן א גאנץ שבת.


שבת איז די בעסטע מתנה וואס מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן; אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת י:): דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו "מַתָּנָה טוֹבָה יֵשׁ לִי בְּבֵית גְּנָזַי וְשַׁבָּת שְׁמָהּ", איך האב א גוטע מתנה פאר די אידן - דער הייליגער שבת; שבת ווערן מיר נאנט צום אייבערשטן. שבת איז אמונה, מען חזר'ט נאכאמאל אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג פון די וואך און שבת האט ער גערוהט.


דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער פון א גאנצע וואך, מען האט געזען אויף זיינע בגדים אז זיי זענען קורצער ווי אין די וואכן טעג; מוהרא"ש האט דאס געגעבן צו פארשטיין, וואס הייסט ער איז געווען העכער מיט א קאפ? אז ער איז געווען אזוי פרייליך א גאנץ שבת, ער האט געטאנצן און געשפרינגען אז עס האט אויסגעזען ווי ער איז העכער מיט א קאפ - פון גרויס שמחה.


דאס דארפן מיר נאכמאכן; מיר דארפן א גאנץ שבת טאנצן פאר שמחה, "ברוך השם שלא עשני גוי, איך בין א איד און איך האלט שבת; איך דרייוו נישט שבת, איך רייכער נישט שבת און איך נוץ נישט מיין טעלעפאן שבת", און אזוי דארף מען זיך פרייען מיט וואס מען קען, אזוי ווי דער רבי האט אונז מזהיר געווען (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיך לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל.


דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים און מען גייט אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט. אנשטאט זיך אויפעסן פארוואס דאס איז נאך נישט גרייט און פאר וואס יענץ איז נאך נישט געמאכט, טו דו, מאך דו, העלף דו אנגרייטן דעם שבת; אז עס האט געפאסט פאר אלע צדיקים צו העלפן אנגרייטן דעם שבת מעג אונז אויך פאסטן צו העלפן אין שטוב.


אין די גמרא ווערט אראפגעברענגט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געהאלפן אין שטוב צוגרייטן דעם שבת (שבת קיט.): רב ספרא האט אפגעברענט דעם קאפ פונעם בהמה לכבוד שבת, רבא האט אליינס געזאלצן די פיש, רב הונא האט אנגעגרייט די ליכט, רב פפא האט געמאכט די קנויטן, רב חסדא האט געשניטן די גרינצייג, רבה און רב יוסף האבן געהאקט האלץ, רבי זירא האט אנגעצינדן די פייער מיט קליינע שטיקלעך האלץ, רב נחמן בר יצחק האט אליינס אריין געברענגט אלע קליידער און כלים אזוי ווי  מען גרייט זיך אן מקבל צו זיין א חשוב'ע גאסט; זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן אלעס אליינס געטון לכבוד שבת מיט די גרעסטע מאס שמחה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): "אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים, יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוּ תּוֹרָה", אפילו אז מען ארבעט א גאנצע וואך זאל מען שבת לערנען תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵך לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים, וְאַחַר יֵלֵך לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת צופרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא אֶלָּא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת פון א מענטש נאר אז דער מענטש לערנט תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: "עַמוֹד וַעַרוֹך מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", "עַמוֹד וַעַרוֹך מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ", זאגט אליהו הנביא ווייטער א מורא'דיגער לשון: א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט", "הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", און ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


יעצט אין די זוממער טעג ווען דער טאג איז זייער לאנג איז דא שבת נאכמיטאג צייט פאר אלעס; מען קען זיך אביסל אראפלייגן, מען קען אביסל פארברענגען מיט די ווייב און קינדער און אויך איז דא צייט צו לערנען די שיעורים כסדרן, אביסעלע משניות, אביסעלע גמרא וכו'.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.