מכתב יומי

יב תמוז תשע"ח

June 25 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז מיר זאלן זיך דערהאלטן און אנגיין מיט אונזער עבודת השם אפילו מען זעט נישט וואס מען טוט; אדרבה, עס דאכט זיך ווי מען ווערט דערווייטערט פון אויבן, און מען ווערט אוועק געשטופט פון צו קענען ווערן נאנט צום אייבערשטן, מיט דעם אלעם לערנט אונז דער רבי אז מיר זאלן זיך עקשנ'ען און נישט אפלאזן אונזער עבודת השם.


קוק נישט אויף א צווייטן; קוק אויף דיינע מעלות און זיי זיך מחי' מיט דיינע נקודות טובות. זוך אויף גוטע זאכן וואס דו טוסט און זיי זיך מחי' מיט דעם, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך אויפהייבן און נישט כסדר זיך צוברעכן און זיך אראפ קלאפן, ווייל יעדער איד איז אנגעפילט מיט מצוות ומעשים טובים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.) אויפן פסוק (שיר השירים ו, ז): כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ, "אֲפִילוּ רֵיקָנִין שֶׁבָּך מְלֵאִין מִצְוֹת כְּרִמּוֹן"; דארף מען זיך זייער מחי' זיין מיט דעם.


גיי אין שול דאווענען דריי מאל א טאג; אפילו עס קומט דיר אן שווער, דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט צו ברענגען פרנסה, און דער פסוק (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם", איז ביי דיר מקוים געווארן - דאך זאלסטו זיך אוועק כאפן אינמיטן דיינע טרדות און זיך איינטינקען אין שול; א שול איז אזוי ווי א מקוה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני בלק, סימן תשעא) אויפן פסוק (במדבר כד, ו): "כִּנְחָלִים נִטָּיוּ", פונקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש גייט אריין אין א מקוה ווערט ער ריין, אזוי אויך איז א שול מטהר דעם מענטש.


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא; מיר לערנען יעצט אז א דבר חשוב ווערט נישט בטל (זבחים עב-עג), דאס איז פאר אונז א גרויסע חיזוק אז אונזערע גוטע מעשים ווערט נישט בטל, עס ווערט נישט פארפאלן אֲפִילוּ אַחַת בְּרִיבּוֹא, מה שאין כן שלעכטע מעשים דאס ווערט גלייך בטל ומבוטל; יעדע גוטע מחשבה און אודאי יעדע גוטע דיבור וואס א מענטש רעדט ארויס צום אייבערשטער, ער זאגט: "רבונו של עולם! איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין אן ערליכע איד", - גייט נישט לאיבוד און עס ווערט נישט בטל, ווער רעדט נאך א מעשה טובה, א חסד וואס מען טוט מיט א צווייטן, א טובה פאר א צווייטן איד אדער א גוט ווארט פאר א צווייטן, ווערט זיכער נישט בטל און מען וועט באקומען פאר דעם שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


אויב דו ווילסט זיין דאס יאר צוזאמען מיט אונז ראש השנה אין אומאן זאלסטו זיך שוין מעלדן צו האברך היקר ... נרו יאיר, ווייל מיר דארפן ענדיגן דעם בנין און עס פעלט נאך געלט; דעריבער וועלן מיר מער נישט קענען ווארטן צו פארדינגען בעטן, נאר מיר וועלן שוין יעצט פארדינגען אלע בעטן. מיר האבן אסאך אינגעלייט פרישע מקורבים וואס ווילן דינגען ביי אונז א בעט, אבער לכתחילה וויל איך קודם פארדינגען פאר תלמידי הישיבה, דעריבער זע זיך צו פארבינדן מיט אים אז דו זאלסט קענען מיט האלטן דאס יאר אין אומאן צוזאמען מיט תלמידי היכל הקודש.


דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט פון אים; דעם רבינ'ס זאך איז נאר אויב מען נעמט עס אויף לעובדא ולמעשה. ברוך השם ביי אונז רעדט מען פון רבי'ן, מען לעבט מיטן רבי'ן און מען טוט למעשה וואס ער האט אונז מצווה געווען. אנגעהויבן מיטן סדר דרך הלימוד; אלע תלמידי היכל הקודש לערנען יעדן טאג שיערום כסדרן בכל התורה כולה און מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ווי אויך רעדט מען נישט פון קיין געלט, נאכדעם וואס מיר האבן שוין טועם געווען פון די מאכלים פונעם גיבור (סיפורי מעשיות, מעשה יב מהבעל תפילה). מיר פאלגן דעם רבי'ן מיט הפצה, און בעיקר אז ביי אונז איז נישט דא קיין מחלוקת, "אֲנָן בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָיא מִלְּתָא (זוהר נשא, קכח.)", אֲנָ"ן איז די ראשי תיבות אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ; מיר היטן זיך פון אלע סארט מחלוקת, סיי פשוט'ע מחלוקת, און זיכער היטן מיר זיך פון מחלוקת לשם שמים.


איך וויל זייער שטארק דו זאלסט זיך האלטן צוזאמען מיט אונז ראש השנה אין אומאן, דערפאר בעט איך דיר נאכאמאל, פארבינד זיך מיט האברך היקר ... נרו יאיר אז ער זאל דיר אוועק לייגן א בעט, ווייל פון דעם קומענדיגן וואך וועט מען פארדינגען אלע בעטן אן קיין דין קדימה.


זיי געזונט און שטארק.