מכתב יומי

טו אדר תשפ"ו

March 04 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


שושן פורים איז אויך זייער א גרויסער טאג; מוהרנ"ת איז אמאל געפארן צום רבי'ן אויף פורים אבער ער איז נישט אנגעקומען, ער איז ערשט אנגעקומען שושן פורים. דאס האט אים געמאכט זייער צעבראכן און ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען און זיין ביים רבי'ן אויף פורים, האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים"; דאס איז דער לימוד פון רבי'ן, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ אנהייבן פונדאסניי; דעריבער זאלסטו היינט אנהייבן מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן, מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא, טייל איין די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען חומש רש"י ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, זאג שנים מקרא ואחד תרגום. עס ווערט גע'פסק'נט אין הלכה (שלחן ערוך אורח חיים סימן רפה, סעיף ג) אז מען קען שוין אנהייבן טון די מצוה פון מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, דאס וועט דיך ארויס שלעפן פון אלע בלאטעס, און עס וועט דיך צוריק ברענגען צו די קדושה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.