מכתב יומי
ט אדר תשפ"ו
February 26 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך איז שבת זכור, מיר גייען אויסמעקן עמלק, אלע קומען אין שול הערן די קריאה פון שבת זכור, עס איז א מצות עשה דאורייתא אויסצומעקן עמלק. די עיקר קליפה פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות אינעם מענטש, "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן" (שמות יז, ז), און גלייך נאכדעם שטייט: "וַיָּבֹא עֲמָלֵק" (שם, ח); המן-עמלק מאכן אלע צרות, זיי מאכן משוגע דעם מענטש אז דער היינטיגער טאג איז שוין פארפאלן, היינט וועסטו שוין נישט מצליח זיין, היינט וועסטו שוין נישט אויפטון, און אזוי מאכט ער יעדן טאג משוגע, און דערפאר שטייט (שם, ט): "צֵא הִלָּחֵם בַּעֲמָלֵק מָחָר", האלט מלחמה מיט די קליפה פון עמלק, וואס זאגט 'מחר', מארגן.
הייב היינט אן דאווענען און לערנען, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, היינט גיי אין שול, היינט גיי אין מקוה, היינט נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, נישט מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן גייט זיין?!
שבת זאלסטו גיין אין שול, און אז דיין ווייב קען גיין הערן קריאת עמלק זאל זי גיין, און בעט דעם אייבערשטן: "העלף מיך, עמלק וויל מיך אוועק נעמען פון צדיק, פון משה רבינו, 'אֲשֶׁר קָרְךָ' (דברים כה, יח), עמלק קילט מיך אפ מיט ליצנות, 'וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ' (שם), ער נעמט נארישקייטן 'וזורקן כלפי מעלה' (רש"י, שם), און מאכט מיך טראכטן פון זיי, אבי נישט פונעם צדיק וואס קען מיך העלפן..."
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיטן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך בר מצוה מיין זון הבחור יצחק דוד נרו יאיר דעם מוצאי שבת, ער ווערט בר מצוה דעם שבת קודש, די סעודה וועט זיין מוצאי שבת אינאיינעם מיט א מלוה מלכה אין ישיבה. אויב דו וועסט זיין אין שטאט און עס וועט דיר נישט זיין קיין טירחא צו קומען צו די בר מצוה - וועל איך זיך זייער פרייען, (די סעודת בר מצוה איז נישט פאר פרויען).
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען אויסמעקן עמלק דעם שבת, דורך אריינעמען אין דיר די ריינע אמונה, צו וויסן און געדענקען אז אלעס וואס פאסירט, אלעס אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.