מכתב יומי
טו חשון תשפ
November 13 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וירא, ט"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב זיך אפ מיט דיינע קינדער; יעדע ווארט און יעדע שמייכל וואס מען געבט פאר'ן קינד - בויט עס זיי אויף און זיי וואקסן געזונט. הער אויף שלאגן, הער אויף מיט די וועג וואס נוצט נישט און העלפט נישט, עס מאכט נאר חרוב; וועסטו זען נחת פון זיי.
דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג; מען דארף אויסלערנען פאר קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן מענטש, און ווען זיי זעען ווי קינדער לאזן נישט שפילן אנדערע קינדער און זיי גרויסן זיך אויף אנדערע קינדער - מיט אזעלכע קינדער זאלן זיי נישט מיט שפילן וכו'; אזוי וואקסן זיי אויף געזונט און זיי וועלן האבן די סימנים פון א איד, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".
זע צו רעדן צו דיינע קינדער זיי זאלן אכטונג געבן מיט וועם זיי חבר'ן זיך; היינט אין אונזער דור זענען דא זייער אסאך מניוולים און משחיתים וואס זוכן צו מטמא זיין נשמות ישראל מיט עבירות. דערפאר איז א חיוב אויף עלטערן צו רעדן צו זייערע קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי מיט די מיידלעך, קלאר און דייטליך ברחל בתך הקטנה: "קיינער קען דיך נישט צורירן וכו'" (ביים שרייבן - שרייבט מען 'וכו', אבער פאר'ן קינד זאגט מען נישט 'וכו', וד"ל), און מען זאל אכטונג געבן ווען איינער איז זייער זיס וכו'.
געדענק: יפה שעה אחת קודם...
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת וירא, ט"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט אויפנעמען מיינע גבאים וואס העלפן מיר אזוי געטריי - בסבר פנים יפות, האברך היקר לי ... נרו יאיר און האברך היקר לי ... נרו יאיר, וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט מיר צו העלפן דעקן חודש'ליך די הוצאות פונעם בנין הישיבה, תלמוד תורה, בית הדפוס און כולל וכו' וכו'; נעם זיי אויף שיין און נעם א חלק אין דעם הייליגן פלאץ.
אז דיין לעבן האט זיך אנגעהויבן פון די ישיבה, ווי דו זאגסט מיר אליינס און דו שרייבסט מיר כסדר וואס דו האסט באקומען זייט דו האסט געטראפן די ישיבה וכו' וכו'; פארוואס זאלסטו נישט א טייל נעמען אין אזא הייליגע פלאץ?
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים: רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל, זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה. און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, ווען א מענטש זעט ער האלט אין איין פאלן, וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', - דאן זאל ער געבן צדקה.
די צוויי אינגעלייט געבן מיר א פונקטליכע חשבון יעדע חודש וויפיל דו געבסט; איך וועל דיר נאך שרייבן אם ירצה ה'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.