מכתב יומי

יד חשון תשפ

November 12 2019

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וירא, י"ד חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך קום נישט אן דיר צו שרייבן; איך בין פארנומען איבער'ן קאפ און איך קום פשוט נישט אן צו זאכן וואס דארפן געטון ווערן.


דער ווינטער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט פרישע תלמידים אין ישיבה; אויך אין חדר און אין מיידל סקול זענען דא פרישע תלמידים ותלמידות; דער כולל גייט אן מיט א מורא'דיגע התמדה, אינגעלייט לערנען מיט אן אויסטערלישע התמדה; אויך האבן מיר געעפנט נאך מוסדות - תלמוד תורה, מיידל סקול און כולל אין קרית ברסלב.


היום קצר והמלכה מרובה, דער טאג איז קליין און ארבעט איז דא אסאך; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נישט זיין פועלים עצלים, מיר זאלן אויסנוצן דעם טאג, יעדע מינוט מיט גוטע זאכן.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טאג איז אים אזוי קורץ, וואלט ער ווען געהאט טויזנט שעה א טאג וואלט ער אויך נישט אנגעקומען צו וואס ער דארף אלץ טון.


איך וויל דיר איינליידענען מוצאי שבת אין ישיבה צום שבע ברכות וואס מיר מאכן פאר אונזער חשוב'ער תלמיד הישיבה, החתן ארי פיש נרו יאיר; ער האט געארבעט און געהאלפן די ישיבה, חדר, מיידל סקול - אלע זיינע יארן מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט; מאכן מיר פאר אים א שבע ברכות אלץ הכרת הטוב. איך ליידן איין דיר און דיין ווייב, איך האף דיר צו זען.


בעט פאר מיר: יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח ווייטער צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר ממנה געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.