מכתב יומי

טו טבת תשפ"ד

December 27 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל, מיר זענען געזיצן מיט די כולל אינגעלייט צוזאמען מיט די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה הלכות שבת; וואס מען מעג יא טון און וואס מען מעג נישט טון. עס איז מיר געווען א פארגענוגן צו זען ווי די כולל אינגעלייט מיטן דיין שליט"א זענען אזוי קלאר אין די הלכות אויף למעשה, און אויך די אינגעלייט וואס זענען הצלה וואלענטירן זענען אויך אויסגעקאכט אין די הלכות נישט צו נכשל ווערן אין חילול שבת.


דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן, און דער ראש הכולל, דער דיין - איז אויך א מתנה פאר די גאנצע קהילה.


אויך בין איך געווען אין די ישיבה אין שטעטל, איך האב געגעבן א שיעור פאר די בחורים, איך האב זיי געזאגט איך בין זיי מקנא; איך אלס בחור בין געקראכן אויף די גראדע ווענט, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיטן טאג, און זיי האבן דעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); אלע לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אלע האבן מיר דערציילט אז די וואך שבת ענדיגן אלע גאנץ ספר בראשית; ווי אין די וועלט זאלן יונגע בחורים האבן די השגה, אלע אן אויסנאם – צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט אויף די וואך, אלע זאגן תהלים, ועוד ועוד.


פון דארט בין איך געפארן צו האברך יחזקאל סאמעט, מיר זענען געזיצן אינאיינעם מיט נאך אינגעלייט, העניך, יואל הכהן, און שמעון עוזר פון ירושלים, ער איז דא צוגאסט, מיר זענען איבערגעגאנגען די פרייזן פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה. מיר וועלן בעטן א בעט אויף די העכסטע שטאק זיבן הונדערט דאלער, אזוי זאלן אנשי שלומינו, די וואס זענען גרייט צו גיין פיר שטאק - קענען האבן פאר גאר ביליג, אויך האבן מיר געמאכט אז אויב מען ברענגט א קינד און מען נעמט נישט קיין באזונדערע בעט - קומט צו נאר הונדערט דאלער פארן קינד, און אויב מען וויל שלאפן מיט צוויי קינדער אין איין בעט - איז נאר נאך צוויי הונדערט דאלער, די דריטע שטאק וועט זיין א בעט פאר טויזנט, און די ערשטע וועט זיין פאר דרייצן הונדערט דאלער.


איך וויל קלארשטעלן די מטרה פון אונזער פלאץ אין אומאן, מיר זענען נישט קיין האטעל, מיר שטעלן נישט צו וואס מען שטעלט צו אין האטעל, מיר שטעלן צו זייער פשוט, און די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה וועט זיין נאך מער פשוט. מיר זוכן נישט צו זיין ווי א האטעל, איך פרוביר צו מאכן דאס בעסטע פאר אנשי שלומינו זאלן זיין אינאיינעם, אויך די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה, איז אז מען וויל קומען אין אונזער בנין - זאל מען נישט ערווארטן וואס מען געבט אין האטעל.


איך דארף מקצר זיין, איך יאג זיך צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.