מכתב יומי

יג טבת תשפ"ד

December 25 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לערן אביסל חומש מיטן תרגום יעדן טאג, די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" אז דו וועסט יעדן טאג לערנען חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך - וועסטו זוכה זיין צו האבן א מוצלח'דיגע וואך; מוהרא"ש זאגט פון צדיקים: "לערנען חומש רש"י - ברענגט הצלחה".


שטארק זיך, געב נישט אויף, אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אין די טומאה, דו ליגסט אין ערוות הארץ, דו ביסט אזוי פארלאשן, אזוי ווי א טויטער - זאלסטו זיך נאכאלץ שטארקן. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים, וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ, וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", און ביי די ווערטער שרייט מען "חזק חזק!" זאגט מוהרא"ש, אז א מענטש שפירט ביי זיך ער איז טויט, ער איז באגראבן אין טומאה, ער ליגט אין מצרים, אין ערות הארץ; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ז) אז די מצריים זענען די ערגסטע אין שמוץ; אזוי שטארק איז ער אראפגעפאלן - שרייט מען אים: "חזק חזק!" שטארק זיך, דו קענסט נאך ארויסגיין פון מצרים, דו קענסט נאך זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע קדושה.


אז דו קענסט גיין נאך געלט ביי דיין מנין שחרית און מנחה - פאר די מוסד - וועסטו מיר זייער העלפן; עס זעט אויס ווי אפאר פרוטות אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל",  מאך זיך די חשבון, אז מען גייט ארום אין די מנין וואו מען דאווענט שחרית און מנחה - מאכט מען דורכשניטליך הונדערט דאלער א וואך, און אז מען טוט דאס וואך נאך וואך - ברענגט דאס אריין פאר די מוסד א יאר פינף טויזנט דאלער; יא יא, די קליינע בייטל וואס רוב לייגן אריין פרוטות - ברענגט אריין א יאר פינף טויזנט דאלער.


יעצט, וואלטן צען אינגעלייט דאס געטון מיט עזות דקדושה, זיך נישט געשעמט פון קיינעם און געגאנגען ביי די מנינים שחרית און מנחה קלייבן צדקה - ברענגט דאס פאר די מוסד פופציג טויזנט דאלער א יאר, און אז עס וועלן זיין צוואנציג אינגעלייט וואס גייט זיי אין לעבן צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות - ברענגט דאס א יאר הונדערט טויזנט דאלער, און מאך דיר די חשבון ווייטער, וועסטו זען וואס דיין פושקע קען מיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.