מכתב יומי

טו כסלו תשפ"ה

December 16 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך איז שוין חנוכה, דו ווייסט אז מוהרא"ש האט נישט געהאלטן פון די וואס פארן קיין אומאן אום חנוכה, מען לאזט איבער די משפחה. מוהרא"ש זאגט, חנוכה איז מען אין שטוב, די קינדער דארפן זען דעם טאטן צינדן די מנורה. אמת, ווען דער רבי האט געלעבט האט דער רבי געזאגט מען זאל קומען צו אים שבת חנוכה, דאס איז געווען בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן, היינט - זאגט מוהרא"ש - גייט מען נישט אין ערגעץ, חנוכה בלייבט מען אין שטוב צינדן די מנורה מיט די קינדער.


בכלל איז גוט צו וויסן, די געזונטסטע און דאס בעסטע פאר קינדער איז - זיין אין שטוב, קינדער דארפן נישט מער ווי א ווארעמע שטוב, וואו טאטע מאמע קריגן זיך נישט, וואו טאטע מאמע רעדן שיין איינער צום צווייטן און זענען פרייליך; דאס דארפן קינדער, סיי חנוכה, און סיי א גאנץ יאר; נישט מתנות מאכט פרייליך, נישט אוועק פארן מאכט פרייליך, און זיכער נישט שבת און יום טוב, וואס די קינדער קוקן ארויס צו זיצן מיט די עלטערן ביים טיש און זיך אויפבויען גייסטיש.


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו שפירן דעם אור הגנוז לצדיקים, דורך תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיטן מענטש; ווי מער מען געוואוינט זיך צו, מען דאנקט אים - אלץ מער שפירט מען דעם אור הגנוז, עס ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.