מכתב יומי
טז כסלו תשפ"ה
December 17 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חס ושלום שלאגן קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן. שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל, עס איז נאר אויסצובלאזן די אנגעצויגענע נערוון, אז מען שלאגט און מען שרייט - וואקסן די קינדער אויף בעלי מומין. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; זאלסט זיך מאכן א גדר נישט צו שלאגן, נישט צו שלעפן, און זיכער נישט ציפן און שטויסן דיינע קינדער.
גיי התבודדות, און אז דו האסט נישט קיין דיבורים - זאלסטו זיך מתבודד זיין לויט די א' ב'. למשל אות א' - בעט אויף אמונה: "רבונו של עולם געב מיר אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר". א' איז אמת, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל רעדן נאר אמת, איך זאל נישט פאפן און נישט רעדן שקר, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גיין אויפן אמת'ן וועג, זיך נישט נארן". א' איז אכילה, בעט: "רבונו של עולם היט מיך פון נישט כשר'ע עסן, איך זאל זוכה זיין צו עסן נאר כשר", און אזוי ווייטער אויף אלע אותיות.
ב' בנים, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שלאגן דיינע קינדער, זאלסט נישט נערוועז ווערן פון זיי. ב' איז בית, בעט אויף א הייליגע שטוב א בית המקדש מעט, און אזוי ווייטער.
כאטשיג איין מאל א וואך זאלסטו זיך ארויסכאפן צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, אזוי אראפגעברענגט דעם רבינ'ס ווערטער אז אפילו פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען - זאלן דאס קענען מקיים זיין. דאס איז די גרעסטע תיקון הברית, און ווער עס ווייסט אז ער האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן - מוז עוסק זיין אין הפצה, ווייל דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן איז מען מתקן אות ברית קודש. אויך מיטן געבן צדקה צו דרוקן די ספרים - איז מען מתקן דעם חטא.
דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך האב א שמחה, מיין טאטע מאכט חתונה זיין יונגסטע קינד, איך וועל זיין ביי אים שבת, ביי די שבע ברכות. אויך קומענדיגע וואך - שבת חנוכה - וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך וועל זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב מיט אנשי שלומינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.