מכתב יומי

טו שבט תשפ"ה

February 13 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיט אמונה וועסטו אלעס פאררעכטן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה ווערט מען ריין פארן באשעפער; נעם אריין אין דיר די אמונה, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז דער אייבערשטער; א שאד זיך צו רעגן, א שאד זיך צו עסן דאס געזונט, אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס איז ער, עס איז נאר פארשטעלט כאילו עס איז דער און יענער.


גלייב אז אלעס איז פאר דיין טובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פארן חבר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן נאר אז מען רופט אויס אין הימל. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער דיפארטמענט, ביי די נידריגע ארבעט, "מן שמיא מנו ליה", איז אויך פון הימל, נאך זאגן זיי (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל אז עס זאל פאסירן.


מוהרא"ש זאגט, ווען עס גייט אריבער א שווערע טאג פארן מענטש, ווען עס גייט אריבער א שווערע זאך - איז דאס נאר ווייל מען וויל זען פון הימל צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן, וועט ער גיין צו פלוני אלמוני אדער זיך אויפהייבן דעם פנים צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, איך ווייס אז דו ביסט עס, און דו ווילסט הערן מיין קול ווי איך רעד צו דיר, בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער, נעם מיך ארויס פון מיין צרה".


די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיגע פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".


קום צום שיעור ליל שישי, קום זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן, בלייב נישט אין דיין מרה שחורה, קום הערן אפאר זיסע געשמאקע ווערטער פון הייליגן רבי'ן; וועסט האבן א פרייליכע שבת, וועסט זיך צוריק באנייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.