מכתב יומי
יד שבט תשפ"ה
February 12 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז חמשה עשר בשבט, זאלסטו מאכן א סעודה מיט דיין משפחה, קויף אביסל פירות און זיץ מיט דיינע קינדער. דערצייל זיי די חסדים פונעם אייבערשטן, געב זיי אביסל צייט.
דיינע קינדער זענען נישט נאריש, זיי זעען ווי סאך געדולד דו האסט צו זיי, א אינגערמאן דערציילט מיר, א קינד פון צוועלף יאר פרעגט אים: "פארוואס ווען דו רעדסט צו מיין טאטע רעדט ער אזוי שיין צו דיר, און ווען איך פרעג אים עפעס, זאגט ער אָן געדולד 'נו, וואס ווילסטו? וואס פרעגסטו? ענדיג שוין!'" דער אינגערמאן דערציילט, עס האט אים געגעבן א גוטע קיצל, ער זאל זיך מאכן א חשבון פאר זיך, אז קינדער האלטן אלעס מיט, קינדער קען מען נישט נארן.
געב פאר דיינע קינדער אביסל צייט, הער זיי אויס זייערע מעשיות, זייערע חלומות און דערצייל זיי אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ווייז זיי נישט גארנישט פון דיין טעלעפאן, ווייז זיי נישט קיין קליפס, לאז זיי וואקסן געזונט און שטארק. אויך דיין ווייב זאלסטו נישט עפענען די אויגן מיט די טעלעפאן, ווייל ווען א פרוי עפנט די אויגן - איז גאר ביטער, און מען קען עס נישט צוריק דרייען. די מעלה און די שיינקייט פון א אידישע פרוי איז די צניעות און תמימות, און ווי נאר מען עפנט די אויגן צו די גוי'אישע וועלט - איז מער נישטא די אידישע מאמע השם ישמרינו, דאס איז נישט קיין ווערטל, דאס איז וואס מיינע אויגן האבן ליידער געזען, ווי טייערע אינגעלייט האבן געמיינט אז א תמימות'דיגע ווייב וואס וויל לעבן פשוט, איידל, פריוואט און באשיידן, איז נישט אינטערעסאנט, און ווען זיי האבן דאס אראפגעריסן האט זיך עס שטארק צעריסן און עס איז גארנישט געבליבן פון זייער לעבן.
גיי נישט פארברענגען מיט דיין חבר'ס ווייב, גיי נישט עסן ביי חברים, סעודות שבת איז נישט קיין פארטי; מען קען גיין צו א טאטע מאמע אדער שווער שוויגער, זיידע באבע, אבער צו פריינט (אן די אות ר') - איז נישט גוט, עס קען זיך ענדיגן זייער ביטער, קען זיין דו וועסט נישט האבן מער ווער עס זאל וואשן דיינע וועש, ווער עס זאל דיר מאכן עסן וכו'.
די וואך שבת געפאלט די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מיר וועלן מאכן א יארצייט סעודה מוצאי שבת נעבן שטעטל, אינעם ראלי האטעל, מיר האבן א גרויסע ירושה וואס מיר וועלן אויסטיילן ביים מעמד, מיר ווילן זיך צוטיילן אייניג מיט די ירושה. איך האף דו וועסט קומען מיט דיין משפחה און אינאיינעם וועלן מיר אויספירן די ירושה פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן זיינע הייליגע ספרים וואס האט די כח צו מחזק זיין יעדן איד און מיט דעם ברענגען די גאולה.
שבת יתרו קבלת התורה וועל איך זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אין בית המדרש רחוב ירושלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.