מכתב יומי
טז אדר תשפ"א
February 28 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז שושן פורים, עס איז זייער א גרויסער טאג. רבי נתן איז אמאל געפארן צום רבי'ן אויף פורים אבער ער איז נישט אנגעקומען און ער איז געווען זייער צעבראכן; ער איז ערשט אנגעקומען שושן פורים, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען און זיין ביים רבי'ן אויף פורים, האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים"; דאס איז דער לימוד פון רבי'ן, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ אנהייבן פונדאסניי.
זיי נישט קיין בטלן, עס איז דא א וועג, א גרינגע וועג פאר דיר ארויסצוגיין פון אלע שלעכטע מעשים. דער רבי האט אן עצה, א וואונדערליכע עצה פאר אלע וואס זענען אריינגעפאלן אין די פלאנטער, פאר אלע וואס קוקן עבירות רחמנא לצלן און פאלן נאכדעם אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.
הייב אן פונדאסניי, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עד): "בַּתְּחִלָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח, וְעַל כֵּן כָּל הַמִּצְווֹת הֵם זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם. וְעַכְשָׁו... (וְלֹא סִיֵּם)", היינט האט דער רבי מחדש געווען דעם חידוש פון ועכשיו - 'פון יעצט'; מען קען יעדע רגע אנהייבן נאכאמאל, זאלסטו יעצט אנהייבן א פרישע קבלה.
נעכטן איז געווען זייער שיין, מען האט געטאנצן ביז פארטאגס; מען האט געטאנצן אז מיר האבן א רבי וואס פארשטייט אונז.
היינט וועלן מיר אויך מאכן א סעודה אין ישיבה נאך מנחה.