מכתב יומי
יד אדר תשפ"א
February 26 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו, איך שרייב דיר בקיצור ווי אזוי דו זאלסט אויסנוצן דעם טאג.
פורים איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ישועות, בעט יעצט די קליינע תפילה, שטופ עס נישט אפ:
"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, מיין גאנצע לעבן זאל זיין איין שטיק אמונה, איך זאל שטענדיג שפירן אז דו ביסט מיט מיר; דו ביסט אלעס און דו טוסט אלעס, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר. הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זוכה זיין צו לערנען און דאווענען, איך וויל טון מצוות און גוטע מעשים.
הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין אפצולאזן דעם המן און עמלק?! איך בין אזוי צוגעקלעבט צו נישט גוטע זאכן, איך היט נישט מיינע אויגן, איך היט נישט מיין מחשבה, איך פאל אראפ אין עבירות; העלף מיר אייבערשטער איך זאל תשובה טון, איך זאל זיך צוריק קערן צו דיר מיט אן אמת.
הייליגער באשעפער, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל ארויסגיין פון מיין מרה שחורה, איך וויל זיך פרייען מיט די מצוות וואס איך טו; איך וויל זיך פרייען מיט'ן 'שלא עשני גוי' - איך בין נישט קיין גוי, איך בין א איד; איך וויל זיך פרייען מיט מיין אידישקייט.
הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל מיר אנקומען גרינג מיין פרנסה; איך זאל ארויסגיין פון מיינע חובות, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין משפחה מידך הטובה הרחבה והמלאה.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער ערליכע אידן, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין דבוק צו דיר, דבוק צו צדיקים".
אין אזא הייליגע טאג דארף מען זיך גיין טובל'ן; גיי טובל זיך אין מקוה און לויף אין שול הערן די מגילה. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו הערן די מגילה, די הייליגע מגילה וואס איז מגלה אז עס איז דא א באשעפער. נאכן דאווענען זאלסטו מקיים זיין מיט שמחה די מצוה פון משלוח מנות, מתנות לאביונים און זיך וואשן, זאלסט אנהייבן די סעודה פרי, עס איז ערב שבת און מען דארף אכטונג געבן מען זאל קענען מקבל זיין שבת אין צייט.
טרינק נישט קיין סאך; די יאר דארף מען אכטונג געבן מען זאל נישט מחלל שבת זיין, מען זאל זיין אין שטוב צייטליך און נישט האבן קיין מוקצה, קיין געלט - אין טאש.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די הייליגקייט פונעם טאג.
א פרייליכן פורים און א ליכטיגן שבת.
דא האסטו א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
היינט איז זייער א גרויסער טאג, פורים וואס געפאלט ערב שבת. ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן, בעטס אים ער זאל אייך העלפן.
א שאד פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות, ווען פרויען וואלטן ווען געוויסט וואס זיי קענען אויס'פועל'ן ביי די ליכט, ווען זיי צינדן די הייליגע ליכט, די שבת ליכט, דעמאלט איז אפן די טירן פון הימל, אלע תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן - וואלטן זיי געזיצן ביי די ליכט און געבעטן אלע זייערע בקשות.
אנשטאט לויפן צו דעם און צו יענעם זוכן עצות און סגולות, פארברענגען צייט און אויסגעבן געלט - קען מען נעמען די סגולה, די בעסטע עצה און גיין צום אייבערשטן אליינס, אים בעטן ער זאל העלפן, ער זאל רחמנות האבן און ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען.
דא האט איר א קליינע תפילה וואס צו בעטן היינט פורים ווען איר צינדט אן די הייליגע לעכט:
"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ קִינְדֶער וָואס וֶועלְן לֶערְנֶען, דַאוֶוענֶען אוּן טוּן דַיין וִוילְן.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל קֶענֶען עֶרְצִיעֶן מַיינֶע קִינְדֶער גֶעזוּנְטֶערְהֵייט מִיט מַיין מַאן; מִיר זָאלְן זִיךְ שְׁטֶענְדִיג פַארְשְׁטֵיין, מִיר זָאלְן זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן, מִיר זָאלְן נָאכְגֶעבְּן אֵיינֶער פַארְ'ן צְוֵוייטְן, מִיר זָאלְן גָארְנִישְׁט וֶועלְן, נָאר טוּן דַיין וִוילְן; אוֹיפְשְׁטֶעלְן עֶרְלִיכֶע דוֹרוֹת.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ נֶעם זִיךְ פָאר הַיינְט אִין אַזַא הֵיילִיגֶע טָאג צוּ זַיין גֶעטְרֵיי פַאר דִיר, אִיךְ גֵיי זִיךְ אָנְטוּן אֵיידְל אוּן בַּאשֵׁיידְן, אִיךְ גֵיי נִישְׁט גֵיין אָנְגֶעטוּן פְּרָאסְט, אִיךְ גֵיי אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער צוּ גֵיין אָנְגֶעטוּן שֵׁיין, אֵיידְל אוּן רַייךְ, אַזוֹי וִוי דוּ וִוילְסְט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מַיינֶע קִינְדֶער זָאלְן אוֹיךְ וֶועלְן זַיין אֵיידְל אוּן שֵׁיין, זֵיי זָאלְן פַארְשְׁטֵיין וָואס מֵיינְט שֵׁיין, זֵיי זָאלְן נִישְׁט קוּקְן אוֹיפְ'ן גוֹי אוּן זֵיי נָאכְמַאכְן; הֶעלְף אַרוֹיס אַלֶע אִידְן זָאלְן זִיךְ צוּרִיקְקֶערְן צוּ דִיר".
נאכדעם זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע בקשות און געבעטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.
קריגט זיך נישט אין שטוב, גענוג געווען מיט מחלוקות און קריגערייען; ווער האט כח פאר מחלוקות? ווער האט כח פאר קריגערייען? שלום איז דאך אזוי שיין, שלום איז דאך אזוי זיס, שלום איז דער אייבערשטער אליינס. אבער מען קען נישט ווארטן יענער זאל מאכן שלום, מען דארף אליינס מאכן שלום, מען דארף אוועקלייגן די גאוה און נישט זוכן צו זיין גערעכט, דעמאלט שיינט די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.
א רחמנות אויף די מענטשן וואס זוכן צו זיין גערעכט, א רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך. ווי לאנג לעבט דער מענטש? ווי לאנג האבן מיר נאך דא אויף די וועלט? נאך אפאר יאר; איז דאך א שאד מען זאל אפלעבן דאס לעבן מיט קריגערייען, א שאד די פאר יאר זאל מען זיך קריגן.
איך בעט אייך זייער, היום תאמצינו, היינט אין אזא הייליגע טאג פורים לאמיר אנהייבן א נייעם דף, לאמיר פארגעבן אלטע חשבונות, וועט דער אייבערשטער אונז מוחל זיין אויף אונזערע אלטע זאכן און אנהייבן מיט אונז א נייעם בלאט.
איך וועל נישט לאנג שרייבן, עס איז היינט א הייליגע טאג; איך וועל ענדיגן מיט א מעשה. די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כה:), עס איז געווען א טריקעניש אין ארץ ישראל, עס האט נישט גערעגנט א לאנגע צייט; אז עס רעגנט נישט וואקסט נישט און אז עס וואקסט נישט איז נישטא וואס צו עסן און אז עס איז נישטא וואס צו עסן קען מען חלילה שטארבן, האבן די הייליגע חכמים געמאכט א תענית ציבור, יעדער דארף פאסטן, מען האט זיך צאמגענומען דאווענען און שרייען צום אייבערשטן, מען האט צוגעשיקט צום עמוד דעם הייליגן תנא רבי אליעזר, ער האט געזאגט "עֶשְׂרִים וְאַרְבַּע בְּרָכוֹת", פיר און צוואנציג ברכות, "וְלֹא נֶעֱנֶה", און ער איז נישט געענטפערט געווארן, עס האט נאכאלץ נישט גערעגנט, האט מען צוגעשיקט דעם הייליגן תנא רבי עקיבא און ער האט געזאגט "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ אֵין לָנוּ מֶלֶךְ אֶלָּא אָתָּה", הייליגער באשעפער, טאטע זיסער, מיר האבן נישט קיין אנדערע קעניג נאר דיר, "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ לְמַעַנְ רַחֵם עָלֵינוּ", אונזער טאטע אונזער קעניג, האב רחמנו אויף אונז פאר דיינעט וועגן, "וְיָרְדוּ גְּשָׁמִים", און עס האט אנגעהויבן רעגענען, האבן אלע געזאגט עס זעט אויס רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר, ווייל ער האט געבעטן פיר און צוואנציג ברכות און ער איז נישט געענטפערט געווארן און רבי עקיבא האט געבעטן צוויי אבינו מלכינו'ס און גלייך האט מען אנגענומען זיינע תפילות, איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט: "לֹא מִפְּנֵי שֶׁזֶּה גָדוֹל מִזֶּה", נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, ביידע זענען די זעלבע גרויס, "אֶלָּא שֶׁזֶּה מַעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו וְזֶה אֵינוֹ מַעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו", נאר ווייל רבי עקיבא איז מעביר אויף זיינע מידות, ער פארקוקט, ער זוכט נישט צו זיין גערעכט, ער איז מוחל א צווייטן; דעריבער האט מען אנגענומען זיינע תפילות, און אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות תפלה, סימן כ): "מִי שֶׁמַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו, תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווער עס איז מעביר אויף זיינע מידות נעמט מען אן זיינע תפילות; אין די זכות וואס איר וועט נישט זוכן צו זיין גערעכט, איר וועט פארקוקן אויף אייער מאן, איר וועט אים פארגעבן, וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות.
א פרייליכן פורים און א ליכטיגן שבת.