מכתב יומי
טז אייר תשפ"ה
May 14 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מארגן נאכט איז ל"ג בעומר, עס איז זייער א גרויסער טאג. איך בין געפארן קיין מירון, איך וועל דארט מתפלל זיין פאר דיר, און איך וויל דו זאלסט זיך אויך מקשר זיין מיט רבי שמעון בר יוחאי פון וואו דו געפונסט זיך, מיט א צדיק קען מען זיין מקושר אפילו מען איז ווייט אוועק אין די אנדערע זייט וועלט, דורך לערנען זיינע ספרים.
מאך זיך א שיעור אין ספר הזוהר. ווער עס לערנט זוהר, ער זאגט די ווערטער פון זוהר, אפילו אן פארשטיין - הויבט אן זען דאס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט צו אונז און ווי חשוב יעדע מצוה איז אין הימל, און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר, דאס וואשט אפ די נשמה. אויך פאר דיינע זין זאלסטו קויפן א ספר תיקונים און זיי מרגיל זיין אין זאגן תיקונים, איך פאר מיר לערן יעדן טאג תיקוני זוהר און שבת קודש לערן איך ספר הזוהר. זאלסטו אויך לערנען זוהר און תיקונים, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס שטייט, דו פארשטייסט ניטאמאל די טייטש - זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל דאס איז מקדש ומטהר, עס מאכט בענקען צום אייבערשטן.
אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט האבן מיט לצים. רבי נתן זאגט אז ליצנות איז אבי אבות הטומאה; עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גלוי אלוקות פונעם מענטש - ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועק גיין, "שֶׁנֶּאֱמַר (משלי ג, לד): 'אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ'", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ, ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, און אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.
רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים, ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן, און די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען - זענען ליידער אוועק געפאלן", דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צוטון מיט לצים, אפילו זיי זעען אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט; ברודער, אנטלויף פון זיי ווי פון פייער, ווייל דו וועסט נאכדעם אוועק פאלן אינגאנצן פון אידישקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.