מכתב יומי
טו אייר תשפ"ה
May 13 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.
אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.
איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.