מכתב יומי

טז חשון תשע"ט

October 25 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט עוסק זיין יעדן טאג אביסל אין הפצה; היינט צוטאגס דארף מען זיך נישט שעמען צו גיין 'הפצה'. מענטשן זענען זייער צעבראכן, יעדער איינער ווארט אויף אביסל חיזוק, יעדער וויל הערן עפעס א פאזיטיווער ווארט. ווען דו געבסט פאר איינעם א ספר, א קונטרס, א גליון אדער א סידי וכדומה האסטו אים פשוט געגעבן לעבן.


בפרט פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי זענען די מערסטע צעבראכן; קיינער פארשטייט זיי נישט און קיינער קוקט נישט אויף זיי. זיי גייען אריבער זייער שווערע און ביטערע נסיונות און פאלן אראפ אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט דעם מענטש זייער צעבראכן ביז מען הייבט אן טראכן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן השם ישמרינו, און מיט א ספר, קונטרס אדער סידי וכו' ראטעוועט מען זיי דאס לעבן.


א מפיץ איז פונקט ווי אן הצלה מאן; אלע ווייסן דאס גרויסקייט פון א הצלה מאן וואס געבט זיך אוועק זיין לעבן צו ראטעווען א צווייטנס לעבן, ער געבט אוועק זיין צייט, געלט, עסן און שלאפן - אבי צו ראטעווען א איד, נאך אסאך מער חשוב'ער איז א מפיץ; ער געבט אוועק זיין לעבן, זיין נאמען וכו', אבי נאך א איד זאל האבן א לעבן, נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאך א איד זאל האבן שלום בית, און ער גייט פארשפרייטן אמונה ביי אידישע קינדער.


איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים: אז דו גייסט אריבער צרות און דו זוכסט א צדיק וואס קען מבטל זיין די גזירות רעות זאלסטו נעמען א ברכה פון א מפיץ. ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", א מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


איך ווייס אז דו האסט נישט קיין צייט און דו קומסט ניטאמאל אן צו טון דיינע אייגענע געברויכן; דו ביסט פאריאגט מיט ברענגען פרנסה פאר דיין שטוב, דאך זאלסטו אלץ האלטן ביי דיר אפאר ספרים, קונטרסים, גליונות און סידי'ס וכדומה און אינמיטן ארבעטן ווען דו טרעפסט א צווייטע איד זיי אים מקבל פנים בסבר פנים יפות, זאג אים: "ר' איד, דא האט איר א שיינעם ספר וואס וועט אייך פרייליך מאכן", און אז יענער נעמט דאס פרעג אים צי ער האט עפעס פאר צדקה. שעם זיך נישט, קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; דאס איז בגשמיות, כל שכן ברוחניות - אז מען ברענגט צוריק א מענטש וואס איז שוין אינגאנצן מיואש ביי זיך און מען שיינט אריין אין אים אז ער האט נאך א תקוה און א האפענונג איז דאך זיכער כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא.


דער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז מען האט ליב זיינע קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", ווי אזוי ווייסט מען טאקע אז דער מענטש האט ליב דעם אייבערשטן? ווען מען זעט אז מען טוט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, מען גייט הפצה, עס גייט אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען די וועכנטליכע שיעור; איך וויל זייער שטארק דו זאלסט קומען צייטליך צום שיעור. ביי אונז אז מען זאגט א צייט איז עס פונקטליך, בפרט ווען אינגעלייט שלעפן זיך אריין פון מאנרא און פון מאנסי קען מען נישט ענדיגן שפעט. דעריבער איז דער שיעור פונקטליך פון ניין ביז צען אזייגער. די שיעור וועט אם ירצה ה' זיין וועכנטליך ליל שישי; אזוי קומט דאס אויס גרינגער פאר אלעמען ווייל דער סדר היום ווערט נישט צעשטערט אנהייב וואך.


געב איבער פאר דיין ווייב תחי' אז אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט וועט פארקומען די חודש'ליכער שיעור.


איך לויף אריין צו די בחורים, א גוטן טאג.