מכתב יומי
יז חשון תשע"ט
October 26 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האף אז דו אונטערדרוקסט נישט דיין ווייב תחי'; עס טוט מיר זייער וויי ווען ווייבלעך רופן מיר אן זיך אויסצורעדן זייער הארץ וכו' און זאגן איבער צענדליגער מאל בשעת'ן זיך אויסרעדן: "דער ראש ישיבה זאל נישט זאגן פאר מיין מאן אז איך האב גערופן, ווייל ער האט מיר געווארנט איך זאל נישט רופן"; אסאך מאל וויינען זיי זיך אויס אויף שווערע פראבלעמען וואס דער פראבלעם אליינס איז נישט בעצם אזא פראבלעם ווי דאס אז מען סטראשעט די ווייב זי זאל נישט רופן בעטן אן עצה, דאס איז א זאך וואס טוט זייער וויי. עס טוט מיר מער וויי צו הערן די פחד וואס די פרוי האט פון איר מאן, ווי צו הערן וואס זי רעדט זיך אפ אויפן מאן.
זאל א מענטש אראפפאלן אין די ערגסטע מעשים רחמנא לצלן, אויב וויל ער זיך העלפן, ער קומט צו זיין מורה דרך זאל אים העלפן און געבן אן עצה וכו' ווי אזוי ער זאל אנהאלטן זיין שטוב, זיין ווייב זאל אים נישט אוועק גיין - קען מען אים העלפן, אבער אז דער מענטש וויל זיך נישט העלפן דאס איז א גרויסע ווייטאג און עס קען צו ברענגען צו וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ז.): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵיתוֹ", א מענטש זאל קיינמאל נישט ווארפן א פחד אין זיין שטוב, ווייל מען זעט ביי די מעשה פון פלגש בגבעה וואו עס זענען גע'הרג'ט געווארן צענדליגער טויזנטער אידן און אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל דער מאן האט דערשראקן זיין ווייב און פון פחד איז זי אנטלאפן פון אים, ביז עס איז ארויס געקומען די שרעקליכע מלחמות צווישן די אידן, עיין שם.
איך וויל זיך אויסשמועסן מיין הארץ מיט דיר טייערער..., ווען מען זוכט א שידוך איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן אויב דער בחור האט א רבי וועם ער פרעגט זיינע שאלות און ספיקות, אזוי אז אויב די פרוי וועט האבן עפעס זאכן וואס באדערט איר זאל זי האבן צו וועם צו גיין עס דורכשמועסן אזוי ארום וועט מען זיך קענען אויסקומען. און אויב זיי וועלן האבן פארקערטע מיינונגען אין ספעציפישע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן, זאלן זיי האבן ווער עס זאל זיי פותר זיין די ספיקות און קווענקעלנישן. אבער זייער אסאך מאל שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן האט טאקע א פלאץ וואו ער דריידט זיך און וואו ער באלאנגט, דאך ווארפט ער אן אימה ופחד אויף זיין ווייב. אנשטאט שטארקן זיין ווייב און איר זאגן: "גיי צו מיין רב", "גיי רעדט צו מיין דיין", "אז דו האסט עפעס וואס שטערט דיר אויף מיר און דו ביסט באקוועם צו רעדן נישט אין פארנט פון מיר, גיי אליינס אן מיר"; איר צו געבן דעם געפיל אז 'איך בין דא צו האבן מיט דיר א גוט לעבן', אנשטאט איר צו מחזק זיין לייגט מען א פחד אין שטוב אויף די ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין שם): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת: גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", ווער עס לייגט א פחד אין שטוב וועט צום סוף צוקומען צו 'גילוי עריות', 'שפיכות דמים' און 'חילול שבת'.
דער אייבערשטער זאל אפהיטן צו וואס מען קען צוקומען ווען מען ווארפט א פחד אויף די ווייב; די גמרא פארציילט (גיטין שם) עס איז געווען א מענטש וואס האט געווארפן א גרויסע פחד אויף זיינע משרתים און דאס האט צוגעברענגט אז מען האט אים מכשיל געווען מיט אבר מן החי, ווייל זיי האבן פארלוירן די כשר'ע פלייש וואס מען האט אים געדארפט ברענגען און זיי האבן זייער מורא געהאט אז ער וועט שרייען אויף זיי: "וואו איז די פלייש?!" האבן זיי אראפ געשניטן א שטיקל פלייש פון א לעבעדיגע בהמה און דאס האבן זיי אים געברענגט צו עסן. דאס זעלבע זאגן חכמינו זכרונם לברכה (גיטין שם) אז אויב מען לייגט א פחד אויף די ווייב וועט זי נאכדעם מחלל שבת זיין; ווייל אז זי וועט זען אז די עסן קאכט נישט וועט זי מורא האבן פון איר מאן און זי וועט גרעסער מאכן די פייער, וכדומה לזה.
איך האב זוכה געווען צו מאכן אסאך שידוכים פאר תלמידים פון ישיבה און איך פרוביר יעדן איינציגן טאג צו מאכן נאך שידוכים, און איך וועל ווייטער פרובירן יעדן טאג ווי לאנג איך לעב צו מאכן שידוכים פאר בחורים און מיידלעך, בפרט אז מען מאכט א שידוך פאר א בחור וואס לעבט מיטן רבי'ן און א מיידל וואס וויל נאר א בחור וואס האט א געפיל אין רבי'ן - דאס איז דאך די שענסטע זאך, צו לעבן מאן און ווייב מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש האט אונז דאס איבערגעגעבן, אבער ווען איך הער ווי פרויען האבן א פחד פונעם מאן טראכט איך צו מיר: 'פארוואס זאל דער אינגערמאן זיך נישט פרייען אז זיין ווייב האט א פלאץ וואו מען וועט איר אויסהערן, מחזק זיין און העלפן ווייטער לעבן בשלום?!'
וואס האסטו מורא אז דיין ווייב וועט קומען בעטן אן עצה ווי אזוי זי קען דיר העלפן, אדער בעטן אז מען זאל דיר געבן חיזוק זאלסט נישט לויפן צו דיינע חברים?! וואס האסטו מורא אז דיין ראש ישיבה וועט דיר מחזק זיין נאכאמאל ביי א שיעור און זאגן: "חברים איז א דמיון", "חברים איז א ליגנט", "די אלע וועם דו לויפסט נאך און דו חנפ'סט זיך צו זיי, מאכן א געשפעט פון דיר אונטער דיין רוקן", וואלסט זיך געדארפט פרייען אז דיין ווייב האט צו וועם צו רעדן.
איך פרעג דיר: אז דיין ווייב האט זאכן וואס דרוקט איר און דו לאזט איר נישט קומען רעדן צו דיין מורה דרך, פארוועם דען זאל זי דאס דערציילן - פאר איר מאמע? אירע שוועסטערס? אירע חבר'טעס? פארוועם? פאר איינעם דארף זי עס דערציילן, מען קען נישט האלטן ווייטאג ביי זיך, עס קען שאטן פאר די געזונט; אז עס טוט איר וויי אז דו האסט א סמארט-פאון אן א פילטער, וואס דארף זי טון? זיך איינעסן מיט דעם? אז עס טוט איר וויי די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו איר, זאל זי בלייבן שלינגען? אז זי קען נישט דורכטראגן אז דו קומסט נישט אהיים צייטליך און דו פארברענגסט מיט יעדן איינעם חוץ פון זיין אין שטוב, זאל זי דאס האלטן אין זיך ביז אירע נערוון וועלן פלאצן?!
א קלוגע מענטש וואלט מחזק געווען זיין ווייב און איר געטראגן צו איינעם זי זאל פארציילן וואס דרוקט איר. ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האב איך זיך געפריידט אז מיין ווייב האט וועם צו רופן אויב שטערט איר עפעס פון מיר, איך האב געווארט אז מוהרא"ש זאל מיר זאגן ווי אזוי זיך צו פירן; פארוואס דען בין איך געקומען צו מוהרא"ש, ער זאל שמייכלען צו מיר און מיר לאזן גיין אויף א קרומע וועג? ניין! איך בין געקומען ער זאל מיר צוריק שטעלן אויפן גראדן וועג, ער זאל מיר אויסלערנען וואס דער עיקר איז אין לעבן, אויף וואס איך זאל זיך קאנצעטרירן אין מיין לעבן.
איין סיבה קען איך טראכטן פארוואס מען וויל נישט די ווייב זאל גיין זיך אויסרעדן וכו' - ווייל מען איז פול מיט ליצנות; אזוי זאגט שלמה המלך (משלי טו, יב): "לֹא יֶאֱהַב לֵץ הוֹכֵחַ לוֹ", א לץ האט נישט ליב ווען מען זאגט אים וואס צו טון, ער וויל נישט הערן קיין מוסר, דערפאר: "אֶל חֲכָמִים לֹא יֵלֵךְ", גייט ער נישט צו א קלוגע מענטש זאל אים זאגן וואס ער האט צו טון.
איך בעט דיר מיין טייערער תלמיד ..., וויפיל האב איך זיך אוועק געגעבן פאר דיר; דערמאן זיך ווער עס האט געמאכט דיין שידוך, דערמאן זיך ווי אזוי דו וואלסט אויסגעזען ווען נישט די ישיבה. זאג פאר דיין ווייב: "טייערע ווייב, מיר האבן זאכן אויף וואס מיר זענען נישט פאראייניגט, לאמיר זיך אויסשמועסן ביי אן ערליכער איד"; על כל פנים נישט סטראשען און חוזק מאכן.
עס טוט מיר וויי צו הערן אז ביי מיר זאלן זיך געפונען אינגעלייט וואס מאכן חוזק פון די ווייב; אח און וויי וואס פאר אן עונש מען באקומט נאכדעם, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ, שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, ווייל זי וויינט זייער שנעל; דאס האט מוהרא"ש כסדר גערעדט, און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".
ווען נישט וואס איך וויל נישט עס זאל זיך ענדיגן מיט א גט וואלט איך שוין פון לאנג אוועק געשיקט אזעלכע אינגעלייט פון היכל הקודש, איך בין נאר אין א פארגעלעגנהייט, ווייל אז איך וועל דיר זאגן און פארהאלטן: "היתכן אזוי רעדט מען צו א ווייב?!" וועסטו אהיים גיין און איר טשעפען: "בעבי, האסט גערעדט צו דער ראש ישיבה?" פון דער אנדערע זייט, אויב זאג איך נישט ווערט מיר דאס הארץ אויפגעגעסן פון צער צו זען ווי אידישע קינדער וויינען און לעבן פארשקלאפט און פארקנעכטעט פאר די מענער.
דערפאר בעט איך דיר, געב אכטונג אויף די כבוד פון דיין ווייב, און אז דו קענסט זיך דאס נישט פארנעמען זוך דיר א צווייטע פלאץ; דא איז נישט קיין הפקר פלאץ, מיר האבן שוין גענוג געליטן און מיר ליידן נאך עד היום פון די שלעכטע נאמען וואס עס איז דא אויף ברסלב, כאילו ביי אונז הערשט הפקירות; די ברסלב'ע לאזן איבער די פרויען ראש השנה וכו', די ברסלב'ע העלפן נישט אין שטוב וכו'; אלעס קומט נאר פון די אספסוף וכו 'וואס האבן זיך צוגעטשעפעט צו ברסלב און נאכדעם זאגט מען אז דאס איז ברסלב.
וויפיל דארף מען וויינען צום אייבערשטן מיר זאלן זיך נישט נארן; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; ווייל ווען מען זינדיגט, מען היט זיך נישט די אויגן ווערט דער מח פארדרייט און מען פארשטייט נישט וואס מען האט צו טון, ווער רעדט נאך פון פארשטיין די ווערטער פון צדיקים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "זֶה הוּא כְּלָל גָּדוֹל, שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְשׁוּם אָדָם לְהַשִּׂיג וְלִתְפֹּס בְּדִבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", דאס איז דער כלל, מען קען נישט נישט פארשטיין די ווערטער פון א צדיק, "אִם לֹא שֶׁתִּקֵּן תְּחִלָּה אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי", נאר אויב מען האט שוין מתקן געווען אלעס וואס מען האט פוגם געווען אין פגם הברית, "וַאֲזַי יָכוֹל לְהָבִין וְלִתְפֹּס דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", נאר אזוי קען מען פארשטיין די ווערטער פון א צדיק, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם צוגאנג ווי אזוי צו טראכטן, "כְּשֶׁתִּקֵּן אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי, אֲזַי הַמֹּחִין שֶׁלּוֹ בִּשְׁלֵמוּת", און אז מען פאררעכט אלעס דעמאלט ווערט דער מח צוריק גאנץ, "וְיָכוֹל לְהָבִין דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק. כְּפִי הַתִּקּוּן שֶׁל כָּל אֶחָד, כָּךְ הוּא הַשָּׂגָתוֹ", דעמאלט קען מען פארשטיין די ווערטער פון א צדיק.
פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות קריאת שמע, הלכה ד', אות ב'): ווער קען זאגן אז ער האט מתקן געווען? קומט אויס אז קיינער קען נישט פארשטיין די ווערטער פונעם צדיק? זאגט רבי נתן: "בְּאֱמֶת עִיקָר הָעֵצָה לְכָל זֶה הוּא הָאֱמוּנָה הַקְּדוֹשָׁה, לְהַאֲמִין בּוֹ יִתְבָּרַךְ בִּתְּמִימוּת וּבִפְּשִׁיטוּת גְמוּרָה שֶׁאֵין בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", די עצה איז אמונה, אז א מענטש זאל גלייבן אינעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות אז עס איז נישט דא גארנישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דאס איז מטהר דעם מענטש פון אלע זיינע פגמים. דאס איז וואס דער רבי זאגט (שם) אז ווען א מענטש זעט אז עס איז זיך אויף אים מתגבר תאות ניאוף זאל ער זאגן די צוויי פסוקים, "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל ווען מען חזר'ט די אמונה - דאס איז די עצה ארויס צו קריכן פון דעם און דאס טוען די צדיקים, זיי לאזן זיך אראפ צו אונז און שמועסן מיט אונז, ביז זיי ברענגען אריין אין אונז די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווערט אונזער מח ריין פון עבירות.
איז דאך זיכער אז מען קען נישט זאגן אין שטוב אויף זיכער אז מען איז גערעכט ווען מען האט נישט קיין מח צו וויסן וואס גוט איז; דערפאר, אז מען האט חלוקי דיעות פארוואס זאל מען זיך נישט דורכשמועסן מיט אן ערליכער איד וואס זוכט נאר דאס גוטס פונעם פאר-פאלק און פון זייער עתיד.
איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין זייער אויסגעמאטערט, מיין טאטע שליט"א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט און איך דארף אהיים לויפן העלפן מיין ווייב אנגרייטן דעם שבת.
די פאר ווערטער האב איך דיר געמוזט שרייבן פאר שבת ווייל עס טוט מיר וויי צו הערן פון א כלי שלישי, אז ער האט געהערט פון זיין ווייב וואס זיין ווייב האט דאס געהערט פון א חבר'טע וואס די חבר'טע האט דערציילט אז א פרוי האט זיך אויסגערעדט צו איר וואס זי ליידט אלץ פון איר מאן, האט יענע פרוי געפרעגט משיח לפי תומה: "פארוואס גייט איר נישט צו אייער ראש ישיבה, ער רעדט דאך אלץ פון שלום בית, ער האט זיכער א גוטע עצה וכו'?" זאגט די ווייבל: "מיין מאן ווארנט מיר אז אויב איך רוף די ראש ישיבה וועט ער מיר שלעכטס טון און לאכן פון מיר אז איך בין א בעבי ווייל איך רוף אויף יעדע קלייניקייט".
דער זמן ווערט שוין נענטער און נענטער מען דארף שוין לויפן אין מקוה און זיך גרייטן פאר שבת.
איך וואונטש דיר א פרייליכע שבת.