מכתב יומי

י אדר תשפ

March 06 2020

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער שבת איז זייער א גרויסער שבת, שבת זכור, ווען מיר גייען מקיים זיין די מצוה פון אויסמעקן עמלק; זאלסטו זען צו קומען דאווענען שבת אינדערפרי, זאלסט זיין ביים ליינען און אויסהערן דאס ליינען כדי דו זאלסט קענען יוצא זיין די מצוה פון מחיאת עמלק.


בנוגע פרויען; עס זענען דא פרויען וואס זענען זייער מקפיד צו גיין אין שול הערן פרשת זכור, נאכדעם זענען דא וואס קומען נישט אן צו גיין אין שול, זיי פארלאזן זיך אויף פורים אינדערפרי ווען זיי קומען אין שול הערן די מגילה, דעמאלט ליינט דער בעל קורא די פרשה פון ויבא עמלק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו פטור ווערן פון עמלק, פון די ספיקות וואס עמלק ברענגט אריין אין אונז; עמלק איז בגמטריא ספק, עמלק ברענגט אריין אינעם מענטש ספיקות: 'וועל איך נאך האבן א תקנה?' 'קען איך נאך תשובה טון?' 'דער אייבערשטער דארף מיר?' און מיר זאלן זוכה זיין צו די קדושה פון מדרכי הצדיק וואס איז געזעצן שטענדיג בשער המלך, ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן.


פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה און שושן פורים וועט אויך זיין א סעודה מיט א פארשטעלונג פון איינע פונעם רבינ'ס מעשיות.


א פרייליכן שבת.