מכתב יומי

יב אדר תשפ

March 08 2020

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן צוזאמנעמען געלט פאר די חובות אין וואס איך זינק; חובות פאר די ישיבה, חובות פאר די תלמוד תורה און מיידל סקול, חובות פאר די קהלה.


פורים איז א צייט וואס אידן געבן אסאך צדקה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס בעט צדקה זאל מען געבן; אזוי וועסטו מיר העלפן אראפנעמען די גרויסע לאסט וואס ליגט אויף מיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, וְטוֹבֶלֶת, וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זאגט דער הייליגער רבי נתן אז דאס גייט ארויף אויף יעדן איד, אפילו ווען מען איז שוין אראפגעפאלן אין שמוציגע עבירות, מען ליגט שוין אינעם שויס פון אחשורוש, מען פאלט אראפ אין פגם הברית אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן וכו' וכו', זאל מען טון וואס אסתר המלכה האט געטון: "טוֹבֶלֶת" - גיי אין מקוה, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי" - און לויף צום צדיק, צום הייליגן רבי'ן, דער רבי איז מרדכי הצדיק וואס איז מכניע עמלק אין יעדן דור, און הער דעם קול וואס דער רבי שרייט: "גיוואלד! קיין ייאוש איז נישט פארהאנען" נאר יעדער קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און יעדער קען אנהייבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.