מכתב יומי

י אייר תשע"ח

April 25 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען מקורב צו א רבי וואס פארשטייט אונז, א רבי וואס איז אונז מחיה און מחזק, א רבי וואס דערמאנט אונז כסדר מיר זאלן טראכטן פונעם תכלית.


שלמה המלך זאגט (קהלת ב, יד): "הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ"; פרעגט דער הייליגער זוהר (בלק, קפז.): "נאר א חכם האט זיינע אויגן אין קאפ? וואו געפונען זיך די אויגן פונעם טיפוש - אויף זיינע הענט? אויף זיינע פיס?" ענפטערט דער זוהר אזוי: "דער חכם טראכט וואס גייט זיין"; ער ווייסט אז איין טאג וועט מען דארפן צוריקגיין צום אייבערשטן און דארט וועט גארנישט בלייבן פון אלע שמועסעלעך און פון אלע חברים'לעך, דארט איז נאר חשוב תורה ומעשים טובים.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד): "כָּך רָאוּי לִהְיוֹת מִנְהַג יִרְאֵי הַשֵּׁם תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ, קֹדֶם שֶׁיַּתְחִיל שׁוּם דָּבָר יִזְכֹּר מִיָּד בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", דאס איז דער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען טראכטן פונעם תכלית - עס קומט נאך א וועלט און קיינער בלייבט נישט דא; עס גייט קומען א טאג וואס מיר אלע וועלן איבערלאזן די וועלט, מען וועט נעמען דעם מענטש און אים אריין לייגן אין גרוב, דארט וועט גארנישט נוצן, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זיך אנגעגרייט וועלן מיר מיטנעמען אויף יענער וועלט.


אז מען הייבט אן דעם טאג מיט זכרון בעלמא דאתי איז דער גאנצער טאג אן אנדערער טאג, ווייל גופא בתר רישא אזיל, דער גאנצער מענטש גייט נאך דעם אנהייב; אז מען טראכט אז עס איז דא נאך א וועלט, מען געדענקט אז עס איז דא א בית החיים, דעמאלט לויפט מען גלייך די ערשטע זאך אין שול דאווענען, מען זוכט אריין צו כאפן עפעס גוטס וואס וועט איבער בלייבן אויף יענע וועלט. אז מען איז זוכה צו קומען אין שול איז מען ממשיך אויף זיך די השגחה פונעם אייבערשטן.


ברידער זיי נישט פויל און זוך דיר נישט קיין תירוצים צו דאווענען ביחידות וכו'; דאס אלעס קומט פונעם יצר הרע וואס האט מורא אז אויב דו וועסט גיין אין שול וועסטו זיך אפוואשן פון דיין שלעכטס, ער האט מורא אז ער וועט פארלירן איינער פון זיינע קונדן. ווייל ווען מען קומט אין שול איז מען זיך מטהר, מען ווערט ריין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני, פרשת בלק, רמז תשע"א): "פונקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש גייט אריין אין טייך און ער טובל'ט זיך, ווערט ער טהור, אזוי אויך אז א מענטש גייט אריין אין שול קומט ער ארויס טהור".


זע צו געבן צדקה בעפארן דאווענען; עס איז גוט צו האבן א צדקה פושקע ביי זיך און פאר יעדע תפילה געבן א פרוטה לצדקה, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י.): "רַבִּי אֶלְעָזָר יָהֵיב פְּרוּטָה לֶעָנִי וַהֲדַר מְצַלֵּי", דער הייליגער תנא רבי אלעזר פלעגט געבן א פרוטה פאר אן ארימאן און נאכדעם האט ער זיך געשטעלט דאווענען, ער האט געזאגט דער טעם דערויף, ווייל עס שטייט (תהלים יז, טו): "אֲנִי בְצֶדֶק אֶחֱזֶה פָנֶיךָ", דוד המלך זאגט: "איך קום צום אייבערשטן מיט צדקה"; און אזוי פסק'עט דער הייליגער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה טו): "גְּדוֹלֵי הַחֲכָמִים הָיוּ נוֹתְנִין פְּרוּטָה לֶעָנִי קוֹדֵם כָּל תְּפִלָּה וְאַחַר כָּך מִתְפַּלְּלִין, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים יז, טו): "אֲנִי בְצֶדֶק אֶחֱזֶה פָנֶיךָ", די גדולי ישראל האבן זיך געפירט צו געבן פארן דאווענען א פרוטה לצדקה; און אזוי ווערט אויך גע'פסק'עט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן צב, סעיף י'): "טוֹב לִיתֵּן צְדָקָה קוֹדֵם תְּפִלָּה", עס איז גוט צו געבן צדקה פארן דאווענען.


א מענטש דארף געדענקען אז קיינער בלייבט נישט דא אויף דער וועלט, יעדער איינער דארף צוריק גיין צום אייבערשטן, און די אלע פרוטות וואס מען האט אריין געלייגט אין פושקע וועט מען מיט נעמען מיט זיך אויף יענער וועלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נח, ח): "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ, כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ", און ווי די הייליגע חכמים דרש'נען אויף דעם פסוק (בבא בתרא יא.) ווען מונבז המלך האט אויסגעטיילט זיין גאנצע פארמעגן פאר ארימעלייט אין א הונגער יאר, האט מען אים געפרעגט: "דיינע עלטערן האבן אוועק געלייגט זייער גאנצע געלט און דו טיילסט אויס דיין גאנצע געלט?" האט מונבז המלך זיי געענטפערט: "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לְמַטָּה, וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לְמַעְלָה", מיינע עלטערן האבן דאס באהאלטן אויף דער וועלט און איך באהאלט מיין געלט אויף יענע וועלט, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ בְמָקוֹם שֶׁהַיָּד שׁוֹלֶטֶת בּוֹ, וַאֲנִי גָּנַזְתִּי בְמָקוֹם שֶׁאֵין הַיָּד שׁוֹלֶטֶת בּוֹ", מיינע עלטערן האבן באהאלטן זייער געלט אבער מענטש קענען דאס גנב'נען, איך האב באהאלטן מיין געלט אין א פלאץ וואו קיינער קען דאס נישט גנב'נען, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ דָּבָר שֶׁאֵין עוֹשֶׂה פֵּירוֹת, וַאֲנִי גָּנַזְתִּי דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה פֵּירוֹת", מיינע עלטערן האבן באהאלטן זייער געלט אין א פלאץ וואו עס פארמערט זיך נישט, אבער איך האב באהאלטן מיין געלט אין א פלאץ וואו עס האלט אין איין ווערן מער און מער, ווייל מיט דעם וואס מען העלפט א צווייטן איד, מען טוט חסד מיט א צווייטן איד, באקומט מען זכותים פאר אלע תורה ומצוות פון יענעם איד, "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ מָמוֹן - וַאֲנִי גָּנַזְתִּי אוֹצְרוֹת נְפָשׁוֹת", "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לַאֲחֵרִים - וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לְעַצְמִי", "אֲבוֹתַי גָּנְזוּ לָעוֹלָם הַזֶּה  - וַאֲנִי גָּנַזְתִּי לָעוֹלָם הַבָּא, שֶׁנֶּאֱמַר (ישעיהו נח, ח): וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ, כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.