מכתב יומי

יא אייר תשע"ח

April 26 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דו זאלסט געדענקען צו זיין א געבער און נישט קיין מקבל, דעמאלט וועסטו זיין א ריכטיגער איש מכובד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ מְכֻבָּד? הַמְכַבֵּד אֶת הַבְּרִיּוֹת", ווער איז א מכובד'דיגער מענטש? דער וואס געבט כבוד פאר יעדן איינעם, דער וואס געבט פאר יעדן איינעם א גוט ווארט - דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א מכובד'דיגער מענטש, ער האט גענוג און נאך כבוד צו געבן פאר יעדן איינעם; אנהייבן הייבט זיך עס אן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, ער געדענקט צו געבן פאר יעדן איינעם א גוט ווארט, ער האט נישט מורא אז ער וועט ווערן ווייניגער אדער קלענער דורך דעם.


ווי אזוי קען מען צוקומען צו דעם? דורך אמונה; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דאן זוכט ער נישט קיין כבוד פאר זיך, פארקערט, ער קוקט אן די גאנצע זאך פון כבוד ווי א גרויסער דמיון.


אנשטאט צו זוכן כבוד פאר זיך, וואס דאס קומט ווען מען איז נישט צו קלוג, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיך לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניגער שכל דער דארף מער כבוד; דארף דער מענטש זען צו טיילן כבוד פאר אנדערע. דעריבער, ווער איז באמת אן "איש מכובד?" דער וואס לעבט מיטן אייבערשטן בייטאג און ביינאכט; אזא איינער וועט שטענדיג געבן כבוד פאר א צווייטן.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ברידער; זע צו זינגען א גאנצן טאג ניגונים פון אמונה, דורכדעם וועסטו צוביסלעך אנהייבן לעבן מיט אמונה, דו וועסט אנהייבן קוקן אויף דער וועלט גאר אנדערש, דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, ממילא וועסטו נישט זוכן תשומת לב פון דעם און פון יענעם, פארקערט, דו וועסט געבן פאר יעדן איינעם א גוט ווארט.


בפרט אין שטוב וועסטו אנהייבן געבן גוטע ווערטער, וואס דארט איז דאס א מצוה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְשַׂמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן זיין ווייב; און באמת פארשטיי איך נישט פארוואס עס זאל דיר זיין אזוי שווער צו רעדן שיינע ווערטער אין שטוב, וואס האסטו מורא צו זאגן פאר דיין ווייב גוטע ווערטער? ווער וועט דען בענעפיטירן פון דעם אויב נישט דו, ווער וועט האבן ריווח פון דעם אויב נישט דיינע קינדער? די גאנצע שטוב וועט זיך טוישן צום גוטן. זיי נישט אזוי טריקן, זיי נישט אזוי פארשפארט אין זיך, זיי נישט אזוי פול מיט חשבונות און טראכט נישט אזוי פיל איבער וכו', געב כבוד פאר יענעם וועסטו אליינס זיין אן "איש מכובד".


עס טוט וויי צו הערן ווי גאנצעטע שטובער ווערן צעפאלן פאר גארנישט מיט נישט, בשעת מען וואלט געקענט לעבן א חיים טובים אז מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצות; ווי דער הייליגער רבי האט אונז אזוי מזהיר געווען מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, און צער לידה וכו'.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ; וואס זאל איך טון אז עס שטעכט מיר אין הארץ צו זען ווי אינגעלייט זענען אזוי פארמאכט און קענען נישט רעדן שיין. דער הייליגער ר' נתן האט אמאל געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; דאס איז געווען ר' נתן, עס האט אים וויי געטון אז צוויי אידן קריגן זיך, אפילו ער קען זיי נישט. מיר שטעכט אין הארץ ווען איך זע ווי אינגעלייט לייגן זיך אליינס צוגרינד זייער לעבן דורך רעדן נישט ווי עס דארף צו זיין; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מויל פאר א סיבה, אז דו זאלסט רעדן שיינע ווערטער מיט דיין מויל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט נישט זיין א מקבל; נאר דו זאלסט האבן אזוי פיל כבוד אז דו זאלסט קענען געבן און געבן און געבן דיין גאנץ לעבן, דאן וועסטו זיין אן "איש מכבוד".


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן, און דו געבסט גוטע ווערטער פאר אלעמען.