מכתב יומי
י אלול תשפ
August 30 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום גרויסן יום הדין, מיר גרייטן זיך מיט די ריכטיגע הכנות צו קומען צום רבי'ן.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
די יאר האט מען אונז געשטעלט אזעלכע מניעות, מען האט פארשפארט די גרעניץ אין אוקריינא, נאר אפצושטעלן דעם רבינ'ס ראש השנה; גוים לאזט מען אריין, נאר אידן שיקט מען צוריק. מען זעט קלאר ווי די טומאה קריגט זיך מיט די צד הקדושה, מען שטייט שוין אזוי נאנט צו ווערן אויסגעלייזט פון גלות, פרובירט די צד הטומאה צו טון וואס זיי קענען; זיי ווילן צעשטערן דעם רבינ'ס ראש השנה.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".
ביי אונז אין בנין מאכט מען שוין די ריכטיגע הכנות; אלעס איז שוין גרייט און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר פארן דעם קומענדיגן וואך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן עס איז אריבער א שיינעם זומער, הערליכע וואכן פון אמונה, פון תורה און פון תפילה; יעצט ענדיגן מיר די צוועלפטע יאר פון ווען די ישיבה האט זיך אנגעהויבן. עס איז מיר נישט גרינג געווען די צוועלף יאר, אבער אז מען קוקט צוריק האט זיך עס געלוינט; מען זעט וואס איז ארויסגעקומען פון די ישיבה דורכאויס די צוועלף יאר, וויפיל בחורים, אינגעלייט און גאנצע משפחות לעבן מיט'ן רבינ'ס חיזוק, ממילא לוינט זיך אנצוגיין ווייטער, זאל זיין ווי שווער עס זאל נאר זיין.
איך בין שוין אויפ'ן וועג צוריק פון שטעטל קיין וויליאמסבורג; אם ירצה ה' מארגן אינדערפרי וועט שוין זיין די שיעור גמרא אין ישיבה און אזוי אויך אלע אנדערע שיעורים וועלן פארקומען ווי געווענליך.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף עפענען מיר א כולל בוקר אין ישיבה, זעקס אזייגער אינדערפרי; איך וועל זיך זייער פרייען אז אלע אינגעלייט פון וויליאמסבורג וועלן אנטייל נעמען און קומען לערנען אינדערפרי. עס וועט זיין א מנין זיבן אזייגער און גלייך נאכן דאווענען - אכט אזייגער - וועלן מיר לערנען א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק רמב"ם. נאכדעם וועט זיין א מנין צען אזייגער פון די קינדער און בחורים.
צוויי אזייגער וועט זיין דער שיעור אין גמרא פרש"י תוספות, דריי אזייגער וועלן מיר דאווענען מנחה און אום פינף אזייגער וועט זיין דער שיעור אין רבינ'ס ספרים.
געלויבט דעם אייבערשטן אז דער קאך גייט אן, עס ווערן געקאכט פיינע עסן (היכל הקודש דאס איז דער קאך), און די פייגל בלאזן, זיי ווילן פארלעשן די פייער, (דאס זענען די אלע וואס רעדן און באשמוצן דעם הייליגן פלאץ); נישט נאר זיי קענען נישט פארלעשן די פייער און זיי וועלן נישט פארלעשן דעם פייער, נאר זיי מאכן נאר שטערקער און שטערקער דאס פייער, און אז עס איז דא פייגל וואס בלאזן די פייער ווייסט מען וואו דער קאך געפונט זיך, (דאס איז דער סימן פון א הייליגע פלאץ, אז מען רעדט און מען מאכט חוזק; מען פאכעט מיט די פליגל, דאס איז דער סימן וואו דער קאך געפונט זיך), און ווער עס הייבט אן עסן פון די גוטע עסן און ווער עס שמעקט נאר די גערוך פון די גוטע עסן הייבט שוין אן שרייען עס שטונקט; אין אנהייב ווייסט מען נישט וואס שטונקט, ביז מען כאפט זיך אז מען דארף תשובה טון, קוק נאך די מעשה פונעם בעל תפילה, צום סוף (סיפורי מעשיות, מעשה יב).
געדענק וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ, גָּמַרְתִּי וְאֶגְמוֹר, איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, איך האב געענדיגט און איך וועל ענדיגן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי
איך האב זיך זייער מחי' געווען צו זיין צווישן אייך דורכאויס די זומער וואכן צוזאמען מיט די בחורים; אין בין צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג אבער איך וועל ווייטער זיין מיט אייך.
איך וויל זייער שטארק בעטן אלע אינגעלייט מען זאל קומען לערנען אינדערפרי פאר'ן דאווענען. מען וועט דאווענען יעדן טאג זיבן אזייגער; איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע קומען לערנען אינדערפרי, דער טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען לערנט אינדערפרי, דער טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט דאס אן מיט לערנען און דאווענען און א מקוה, עס איז דא א ברכה אינעם טאג; אמאל קען מען ארבעטן ביטער שווער א גאנצן טאג אבער עס איז נישטא קיין ברכה אינעם טאג, אבער אז מען הייבט אן דעם טאג מיט תורה ותפילה איז דא א ברכה אין די ארבעט.
נאכן דאווענען זאלט איר טאנצן; צינדט אן לעבעדיגע מוזיק פאר אפאר מינוט און טאנצט: "אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו!" ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון רבי'ן, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, נישט ווערן פארלוירן ווען עס גייט נישט ווי מען וויל.
אויך זאלט איר קומען דאווענען מנחה מעריב און מיט האלטן דעם שיעור גמרא, אבער נישט בלייבן ביינאכט שמועסן; ביינאכט דארף מען זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, מען קען נישט בלייבן אינדרויסן שמועסן.
נוצט אויס די פעלדער און וועלדער מיט התבודדות; עס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן אין שטעטל מיט'ן אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ און אים בעטן מען זאל נישט פארפאלן ווערן, מען זאל זיין ערליך.
שרייבט מיר וואס איר ווילט פרעגן און וויסן, איך וועל אייך גלייך ענטפערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי
איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין שטעטל דורכאויס די זומער וואכן; עס איז א הייליג פלאץ, א ריינע פלאץ; עס איז נישטא נאך אזא פלאץ אין די וועלט, א פלאץ וואו יעדער איינער לעבט פאר זיך מיט'ן אייבערשטן.
יעדע דינסטאג נאכט וועט זיין א צאמקום פאר אלע פרויען פון שטעטל; איך האף אנצוגרייטן אפאר ווערטער, חיזוק פון רבי'ן וואס מען וועט אויפשפילן; דאס וועט אייך געבן חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט אייער ארבעט מיט די קינדער.
נוצטס אויס די שטעטל פאר התבודדות; יעצט איז נאך נישט קאלט, עס איז שיינע וועטערס, זעצט אייך ארויס אויפ'ן פעלד נעבן שטוב מיט א תהילים און זינגטס די שיינע געזאנגען וואס דוד המלך האט געזינגען צום אייבערשטן. בעטס דעם אייבערשטן וואס איר דארפט וועט איר זען וואונדער וואס ער וועט טון מיט אייך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.