מכתב יומי

יא אלול תשפ

August 31 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דאס ערשטע זאך גלייך אינדערפרי גיי אין מקוה, בפרט אז דו ביסט נכשל געווארן אין פגם הברית רחמנא לצלן - זאלסטו זיך טובל'ן אין מקוה. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "ווער עס גייט אין מקוה וועט צום סוף האבן א תקוה און ער וועט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן".


מיין נישט אז דו ביסט פארפאלן, טראכט נישט אז דו ביסט שוין דערנאך; דער רבי האט א וועג פאר דיר, דער רבי קען דיר ארויסנעמען פון דיין בלאטע, בתנאי אז דו וועסט אים פאלגן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה, "שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", מען איז אזוי אראפ געפאלן מען האט זיך שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


נעם די עצה פון רבי'ן, הייב אן לערנען די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין משניות און אין גמרא וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה. זאג נישט דו ביסט פארפאלן, זאג נישט דו האסט שוין אזויפיל געזינדיגט אז עס וועט דיר נישט העלפן די עצה, ווייל ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויס קריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


בנוגע אומאן; מען זעט קלאר ווי די כח הטומאה קריגט זיך דא מיט די צד הקדושה, די אקריינא רעגירונג זאגט אז זיי האבן פארמאכט די גרעניץ צוליב קאראנע, אבער עס שטעלט זיך ארויס קלאר אז מען לאזט אריין גוים, נאר אידן שיקט מען צוריק, זעט מען קלאר אז דאס איז די צד הטומאה וואס ציטערט פון רבינ'ס ראש השנה. מיר דארפן איינרייסן וועלטן מיר זאלן זוכה זיין צו קומען קיין אומאן; מיט תפילה וועלן מיר אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אוי געוואלד, ווי לאנג נאך וועסטו פארשווארצט ווערן? ווי לאנג נאך וועסטו זינקען אין בלאטע?


יעצט אין חודש אלול איז דאך א צייט וואס מען קען צוריק ווערן אן ערליכער איד, מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; ווארף אוועק דיינע מאווי"ס, ווארף אוועק דיינע קליפ"ס, ווארף אוועק דיין טעלעפאון, אייפא"ד, אייפע"ד, טעבלע"ט; מיר פארן דאך שוין אט אט צום רבי'ן, מיט וואס פאר א פנים וועסטו קומען צום רבי'ן? מיט וואס פאר א פנים וועסטו שטיין ביים ציון?


דו ווייסט דאך ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפ'ן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פונקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיר זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


מאך יעצט די ריכטיגע הכנות, ווארף אוועק אלע כלים אויף וואס דו קוקסט עבירות און טו תשובה, זאג פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב שוין נישט קיין כח צו קוקן די עבירות, איך בין אזוי טיף איינגעטינקען אין בלאטע, מיין גאנצע קאפ איז איין זאך, ניאוף און נאכאמאל ניאוף; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין נישט צוריק גיין צו דעם, איך זאל שוין זיין אן ערליכער איד".


אנשטאט קוקן נייעס, קוק די משניות; זאג משניות, א פרק נאך א פרק - דאס איז די בעסטע נייעס, אזוי אויך א בלאט גמרא איז די בעסטע נייעס.


איך ווארט צו הערן פון דיר אויב דו מאכסט די ריכטיגע הכנות צו קומען צום רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.