מכתב יומי
י חשון תשפ"ד
October 25 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הער ווערטער פון רבי נתן, דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "כל זמן מען וועט זיך האלטן ביים הייליגן רבי'ן, אפילו דער גרעסטער בעל עבירה - וועט מען אלעס פארעכטן". אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט די וואך אין די פרשה (דף עט.): "כָּל זִמְנָא דְּהֲוָה לוֹט בַּהֲדֵיהּ", די גאנצע צייט וואס לוט איז געווען מיט אברהם אבינו, "לָא אִתְחַבַּר בַּהֲדֵי רַשִּׁיעַיָּא", האט ער זיך נישט באפריינדעט מיט די רשעים, "כֵּיוָן דְּאִתְפְּרַשׁ מִנֵּיהּ", און ווי נאר ער האט זיך אפגעשיידט פונעם צדיק אברהם אבינו, "מַה כְּתִיב", וואס שטייט? "'וַיִּבְחַר לוֹ לוֹט אֶת כָּל כִּכַּר הַיַּרְדֵּן', וּכְתִיב 'וַיֶאֱהַל עַד סְדוֹם', מַה כְּתִיב בַּתְרֵיהּ 'וְאַנְשֵׁי סְדוֹם רָעִים וְחַטָּאִים לַה' מְאֹד'", איז ער אנגעקומען צו די רשעים פון סדום.
איך וויל דיר זאגן וואס גייט יעצט פאר ביי אונז אין די מוסד, מען צאלט שוין נישט אפאר וואכן די איינגעשטעלטע, וויל איך דיר בעטן זאלסט לייגן שכר לימוד די ערשטע זאך צו באצאלן; וואלטן אלע עלטערן געצאלט שכר לימוד - וואלט אזא זאך נישט פאסירט.
עס איז נישט גערעכט ווען מען געבט אויס געלט בשעת מען קומט געלט פאר שכר לימוד; רוף אריין אין אפיס און באצאל דיין חוב און צאל אויף פאראויס.
נאך א זאך, לערן די בלאט גמרא יעדן טאג, די היינטיגע דף איז מסכת קדושין דף עג; זיי נישט מוותר אויף דעם, זאל זיין וואס זאל זיין.
אם ירצה ה' קומענדיגע וואך וועלן מיר מסיים זיין מסכת קדושין, חצי ש"ס.
דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין וויליאמסבורג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וועק זיך אויף פון שלאף; עס איז נישט געזונט צו זיין צוגעקלעבט צום טעלעפאן, קוקן נייעס, קוקן די באל געים, קוקן סטעטוס וכו' וכו'; עס איז נישט גוט - נישט פאר שלום בית, נישט פאר חינוך הילדים, נישט פאר זיין ערליך, עס מאכט א חורבן אין יעדע פינטל פון לעבן.
ווען וועסטו זיך כאפן אז דו ביסט נישט אין ארדענונג מיטן זיין צוגעקלעבט צו די טעלעפאן פיר און צוואנציג שעה? ווען?! ווען דיינע קינדער וועלן אפלאזן אידישקייט? ווען דיינע קינדער וועלן אנטלויפן פון שטוב? ווען? זאג מיר, ווען וועסטו צוריק ווערן דיך?!
מילא דיין ווייב, זי איז דאך ביי דיר נישט ווערד אז דו זאלסט צוליב איר זיך טוישן, מילא אידישקייט איז אויך נישט אינטערעסאנט, שמירת עיניים איז אפגערעדט; ליבער ברודער - אבער פאר דיינע קינדער, פאר דיין שטוב...
זעכציג יאר צוריק האט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותות יגן עלינו אזוי געוויינט מען זאל נישט ארייננעמען אין שטוב טעלעוויזשן, די וואס האבן געפאלגט - די האבן איבערגעלאזט ערליכע אידישע דורות, און די אויבער חכמים האבן היינט אפשר אן אייניקל וואס גייט פאר איין שעה זונטאג אין א היברו דעי-סקול; אזוי איז היינט, די וואס הערן זיך צו בקול הצדיקים, מען טיילט אפ די שטוב פון די פרנסה; פרנסה איז איין זאך און די שטוב איז א צווייטע זאך, און אזוי אויך אין שול, מען טיילט אפ די פרנסה פון די שול, אין שול האט מען נישט די אפיס מיט די נייעס, וויצן וכו' וכו'; ווען מען דאווענט פארן אייבערשטן ברענגט מען נישט מיט זיך דעם טעלעפאן – די וועלן האבן ליכטיגע ערליכע דורות.
גיי שריי צום אייבערשטן ער זאל מאכן א נס דו זאלסט האבן די כוחות צו געבן א דריי דיין לעבן, דיין שטוב, דיינע חברים - אויף די גוטע זייט.
איך גיי אריבער גוטע ציפעדיגע טעג, אבער דאס שטעלט מיך נישט אפ פאר קיין איין רגע פון ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן טון; סיי מיט די בחורים, סיי מיט די קינדער. די ישיבה איז אין א מצב וואס איז נאכנישט געווען, מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר כמנין טו"ב, עס זענען אריינגעקומען פרישע בחורים, און אזוי אויך די בחורים פון פאריאר - אלע לערנען מיט אזא התמדה, אלע לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים. נישטא קיין בחורים וואס זענען איינגעטינקען אין פאליטיק, נישטא די וואס זענען פארנומען מיט לשון הרע און ליצנות. איך האב אסאך געבעטן ראש השנה אין אומאן אז היכל הקודש זאל זיך אויסרייניגן פון לצים, ברוך ה' צוביסליך ווערט עס צוריק שיין און ריין, די לצים אנטלויפן און די ערליכע בלייבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.