מכתב יומי
יא חשון תשפ"ד
October 26 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
קלעפ? ווער כאפט קלעפ? פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן ווי קלעפ? דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוט, ער היט דעם מענטש פון אזויפיל שלעכטס, און אנשטאט מיר זאל אים דאנקען - קוקן מיר אויף די חסדים ווי דאס איז קלעפ?!
אז איר האט צוויי מאל פארלוירן אין איין צי - איז דאס קלעפ? דאס איז רחמים וחסדים; וואס ווייסן מיר קליינע מענטשעלעך דרכי המקום ברוך הוא? וואס ווייסט איר וואס מען היט אייך אפ פון הימל? עס איז אלעס רחמים וחסדים גדולים.
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שטוב וואס איר האט, און ווי מער איר וועט דאנקען - וועט קומען נאך און נאך חסדים
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס לוינט נישט רייכערן אז מען פארלירט די שלום בית; אז עס שטערט דיין ווייב אזוי שטארק אז דו רייכערסט די ציגארעטל און די לעקטעריק ציגארעטל, יעדע מאל דו רייכערסט גייט זי אריין אין א שלעכטע גוסטע - לוינט נישט די גאנצע זאך.
בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אנקומען צו פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע צו לערנען יעדן טאג אביסל פון הייליגן רבינ'ס ספרים; דער רבי האט א כח, ער נעמט א מענטש וואס איז גאר ווייט פון קדושה, וואס ליגט אין שאול תחתית - און איז אים מקרב צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ש"י ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.
היינט נאכט וועט פארקומען די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה, אויך וועט מען דאס קענען מיטהאלטן אין שטעטל, אויך אין מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, סטעטן איילענד, לינדן און אין טאהש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.