מכתב יומי
י כסלו תשע"ט
November 18 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט הייבן מיר אן ירושלמי 'מסכתא דמאי'; כאפ זיך מיט און מאך דיר א שיעור צו לערנען יעדן טאג א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא. אז מען לערנט די דריי שיעורים איז מען זוכה זיך צו בויען א 'בַּיִת נִצְחִי', בַּיִת איז די ראשי תיבות ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. אויך איז דאס א סגולה צו האבן אן אייגענע הויז דא בזה העולם.
טייערער ברודער כאפ זיך מיט מיטן באן; עס פארט א באן פון תורה ותפילה, עס איז ממש א שאד אראפ צו גיין פונעם באן. איך האב זוכה געווען איינצושטיין אמאל ביי מוהרא"ש אויף א שבת אין יבניאל און איך האב געגעסן די סעודה מיט מוהרא"ש (מען קען שרייבן א גאנצע ספר בלויז פון די איין סעודה); האב איך מיט געהאלטן ווי מוהרא"ש האט געפרעגט איינער פון אורחים צי ער ווייסט וואסערע מסכתא מען האלט יעצט? ווען יענער האט געענטפערט אז ער ווייסט נישט האט אים מוהרא"ש גע'מוסר'ט מיט ליבשאפט (יענער האט געלערנט אלץ בחור ביי מוהרא"ש, אבער שפעטער איז ער אוועק געגאנגען, ער האט זיך אנגעהערט פון די זקעינים פון ברסלב השם ישמרינו), מוהרא"ש האט אים געזאגט בזה הלשון: "דו ביסט געווען אויפן באן און דו ביסט אראפ פונעם באן, אבער דער באן פארט ווייטער, קום צוריק ארויף אויפן באן און כאפ אריין יעדן טאג א 'דף גמרא', נאר דאס וועט דיר איבער בלייבן".
נעם אן די מוסר רייד פון מוהרא"ש וואס ער געבט אונז מוסר מיט ליבשאפט, מיר זאלן געדענקען אז איין טאג וועלן מיר אלעס איבערלאזן און נאר די תורה מצוות ומעשים טובים וועט איבער בלייבן פון אונז.
נעכטן האבן מיר מסיים געווען ירושלמי מסכתא פאה; דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען פארצולערנען פאר תלמידים יעדן טאג א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי. מיר האבן נעכטן געהאט א סיום ביי ... נרו יאיר, אלע וואס האלטן מיט דעם שיעור זענען דארט געווען, עס איז געווען אזא שמחה אז מיר האבן ממש געשפירט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז אן ארימאן? איינער וואס לערנט נישט קיין מקרא, קיין משניות און נישט קיין גמרא; עס האט זיך געשפירט ווי מיר זיצן ביינאזאם די גרעסטע עשירים פון דער וועלט און עסן סעודת מלוה דמלכה, מען האט געשפירט אין די לופט די שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.
איך בין היינט פארטאגס געווען ביים אוהל אין קווינס וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין משפחה; דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו האבן ישועות און רפואות.
א גוטן טאג.