מכתב יומי

יא כסלו תשע"ט

November 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס וואס דו האסט קשיות און ספיקות רחמנא לצלן, עס בוזשעוועט אין דיר שלעכטע מחשבות און דו דרייסט זיך ארום מיט ספיקות אין די אמונה, זאלסטו וויסן אז דאס קומט פון דיינע עבירות.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש איז פוגם בברית, ער איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט זיין מח און זיין הארץ אנגעפילט מיט קשיות אויפן אייבערשטן. מען קען נישט זוכה זיין צו האבן א לויטערע אמונה אויב מען איז נישט אפגעהיטן בקדושת הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ", ברית גייט אינאיינעם מיט אמונה; אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות יב:) אויפן פסוק (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם", אַחֲרֵי לְבַבְכֶם - זּוֹ מִינוּת, אַחֲרֵי עֵינֵיכֶם - זֶה הִרְהוּר עֲבֵירָה; זעט מען פון דא אז דאס גייט אינאיינם, אלע קשיות און אלע מחשבות פון כפירות און אפיקורסות קומט פון דעם וואס מען איז פוגם בברית.


פגם הברית הייבט זיך אן ביי די אויגן, אז מען היט זיך נישט די אויגן איז מען פוגם בברית. היינטיגע צייטן לעבן מיר אין א דור וואס אלעס איז אפן, ניאוף איז אפן פאר אלעמען, מען פאלט אריין אין דעם און דורך דעם ווערט מען אפגעקילט אין די אמונה רחמנא לצלן, בפרט ווען מען האט מיט זיך די כלי משחיתים – סמארט-פאון וכו' וכו', וואס מען קען זען דערויף אלע שמוץ פון דער וועלט, וואס דאס איז דער 'בעל פעור' פון אונזער דור, צוליב דעם פאלט מען אוועק פון די אמונה.


אינטערעסאנט איז, אז נאך אזוי פיל שרייבן פאר דיר נאכאמאל און נאכאמאל דאס שעדליכקייט פון האבן אן אפענעם וועג צו די אינטערנעט און די ביטערע קאנסעקווענצן וואס דאס קען דיר צוברענגען השם ישמרינו, און נאכדעם וואס דו זעסט ווי גאנצע משפחות ווערן אויס נאר צוליב דעם – האסטו נאך אלץ נישט די כוחות און שכל דאס אפצולאזן און אפשפארן.


איך וועל דיר ווייטער שרייבן און איך האף צום הייליגן באשעפער אז מיטן דיר שרייבן נאכאמאל און נאכמאל וועט דאס סוף כל סוף פועל'ן; דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין צעבראכענעם הארץ.


לערן יעדן טאג דעם דף גמרא וועסטו געראטעוועט ווערן פון די נעגל פונעם שטן.


איך דארף אריין לויפן צו מיינע טייערע תלמידים, די בחורים ווארטן אויף מיר; איך האב דעם זמן אסאך נייע בחורים, זיי ווארטן און שלינגען יעדן דיבור פון הייליגן רבי'ן.


זיי געזונט.


שרייב מיר צוריק אפאר ווערטער וועסטו מיר מחי' זיין.