מכתב יומי

י כסלו תשפ"ב

November 14 2021

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט דיר גיין גרינגער דיין לעבן, אז מען ווייסט אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער מאכט אלעס - איז דער לעבן זיס און געשמאק.


מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד, אבער נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט צו האבן קשיות, וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז דער בעל הבית, דער אייבערשטער מאכט אלעס דאס בעסטע וואס קען נאר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.