מכתב יומי

ז כסלו תשפ"ב

November 11 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, האב רחמנות אויף מענטשן; עס גייט אריבער אויף מענטשן שרעקליכע פיין, בעיקר יסורי הנפש; מען האט שווערע מחשבות, מען פייניגט זיך.


יעצט איז די וועלט אזוי צעמישט, מען דערשרעקט מענטשן אז די וועלט גייט אונטער, אלע גייען שטארבן. עולם גולם קויפט די נעגעטיווע נייעס, מען שרעקט אן אז ווער עס וועט נעמען די וואקסין גייט שטארבן, עס וועלן נאר איבערבלייבן צען מענטשן וואס נעמען נישט די וואקסין. בחורים און אינגעלייט דערציילן מיר, זיי שלאגן זיך גאנצע שעות מיט שרעקליכע פיין, זיי קענען נישט שלאפן, זיי שפירן ווי דער קאפ פאלט זיי אראפ; נאר דעם רבינ'ס ספרים קען זיי העלפן.


האב נישט מורא צו גיין הפצה, אלע נעמען שיין די ספרים; ממש געציילטע זענען דא וואס עקשנ'ען זיך. נעכטן זאגט מיר א בחור פון ישיבה, א גרויסער מפיץ, אז איינער האט אים אנגעשריגן מיט הויכע קולות ער זאל מער נישט קומען הפצה, עס האט געשפריצט פייער פון האס פון זיינע אויגן, אינמיטן שרייען זאגט ער: "איך בלייב איינער אליינס, יעדער איינער ווערט ברסלב, צו וועם איך רעד - יעדער איז שוין ברסלב!" ער האט זיך אליינס נישט געכאפט וואס ער זאגט, ער האט אזוי מחזק געווען דעם בחור, דער בחור האט אנגעהויבן גיין מער הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.