מכתב יומי
י סיון תשע"ח
May 24 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט עוסק זיין אין הפצה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי א מענטש וואס ברענגט צוריק מענטשן צו זיין ערליך.
עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף אזא הויכע פלאץ וואס קיין שום אנדערע מענטש איז נישט זוכה צו דעם; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר כמה פעמים געזאגט: "אויב איז דא א צדיק אין אונזער דור איז עס ... נרו יאיר", וואס ער איז זיך מוסר נפש צו גיין הפצה שוין צענדליגער יארן - בייטאג און ביינאכט - אן קיין אפשטעל; מוהרא"ש האט מיר געוואלט ווייזן מיט דעם וואס הייסט הפצה, אז א צדיק איז דער וואס איז זיך מוסר נפש פאר א צווייטן איד, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער קוקט נאר אויפן אייבערשטן, ער וויל אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער.
דאס גייט ארויף אויף יעדן מפיץ; א אינגערמאן וואס איז זיך מבזה פאר כבוד שמים, ער קוקט נישט אויף זיין כבוד, ער גייט ארום אין די גאסן, אין הייזער און אין שטובער טיילן ספרים און קונטרסים, אזא איינער איז א צדיק און פון אזא איינעם איז כדאי צו נעמען א ברכה, ווייל זיינע ברכות ווערן מקוים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָבָּ"ה גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.
נעם א זעקל ספרים און קונטרסים און גיי פארפלייץ דאס; גיי ראטעווען אידישע קינדער, וועט דער אייבערשטער דיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.