מכתב יומי

יג סיון תשע"ח

May 27 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב די זכיה צו לערנען מיט בחורים אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט פאר יעדן איינעם עצות צו צוקומען צו די העכסטע מדריגות.


נעכטן י"ב סיון איז געווען מיין יום הולדת; איך דאנק דעם אייבערשטער אז נאך א יאר איז מיר אריבער פון מיין לעבן מיטן פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף די וועלט.


נאך די פטירה פון אבינו רוענו מוהרא"ש זכרונו לברכה, בשעת מיר האבן מלווה געווען מוהרא"ש קיין ארץ ישראל האב איך צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת און נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת אין "היכל הקודש", צווייטנס אז איך וועל אים פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט, סיי מיטן דרוקן ווייטער די ספרים און קונטרסים, און מיט די דרשות וואס מען שיקט ארום יעדן טאג וכו' וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האלט איין מיין צוזאג; צענדליגער טויזנטער מענטשן קוקן און הערן יעדן איינציגן טאג די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז איבער געגעבן, און מיטן הילף פונעם אייבערשטן וועל איך ווייטער פארשפרייטן מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט, אז יעדער איד זאל וויסן פון די געשמאקע עצות וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן א חיים טובים, לעבן דא אויף די וועלט מיט א ווייב און קינדער און זיין דבוק אינעם אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן.


הלואי זאלסטו אויך אפמאכן ביי דיר אז דו וועסט נישט האבן קיין מגע ומשא מיט קיין שום מחלוקת, בפרט א מחלוקה וואס מען מיינט נאר לשם שמים וכו', און אויך זאלסטו העלפן מיט וואס דו קענסט נאר צו פארשפרייטן די לימודים, ספרים, קונטרסים, עצות און חיזוק פאר אידישע קינדער, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אויסצונוצן דיינע טעג און יארן מיט זאכן וואס וועלן בלייבן אויף די וועלט און אויף יענער וועלט. ווייל פון אלע אנדערע זאכן בלייבט גארנישט איבער; א מענטש לעבט זיך אפ זיינע זיבעציג יאר אנגעפילט מיט כעס און ווייטאג און ווען עס גייט אריבער די פאר יאר גייט מען צוריק צום אייבערשטן און מען לאזט איבער די גאנצע וועלט, מען נעמט גארנישט מיט, נאר דאס ביסל תורה, תפילה, מצוות און מעשים טובים, און זיכער דאס וואס מען האט מזכה געווען נאך א איד צו טראכטן פונעם אייבערשטן.


א מענטש דארף זיך מאכן א חשבון הנפש, יעדן טאג מען דארף זיך פרעגן: "וואס טו איך דא אויף דער וועלט?" "וואסערע תכלית קומט ארויס פון מיינע טעג?" בפרט ווען מען געפונט זיך אינעם יום הולדת, עס איז אריבער נאך א יאר פונעם לעבן, דארף מען זיך פרעגן וואס דער אייבערשטער האט געפרעגט אדם הראשון (בראשית ג, ט): "וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ, אַיֶּכָּה - אוואו ביסטו?"


ווען דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז געווען אין תפיסה אין פעטערבורג, בשעת די חקירות האט דער חוקר - וואס ער האט געקענט תנ"ך און נאך אידישע זאכן - געפרעגט דעם הייליגן בעל התניא וואס איז פשט וואס דער אייבערשטער האט געפרעגט אדם הראשון נאכן חטא פונעם עץ הדעת (בראשית ג, ט): "וַיִּקְרָא ה' אֱלֹקִים אֶל הָאָדָם וַיֹּאמֶר לוֹ, אַיֶּכָּה - אוואו ביסטו?" האט דען דער אייבערשטער נישט געוואוסט וואו אדם הראשון איז?! קודם האט אים דער בעל התניא געזאגט וואס רש"י זאגט דארט אז דער אייבערשטער האט געוואלט אנהייבן מיט אים א שמועס כדי ער זאל זיך נישט דערשרעקן וכו', אבער דער חוקר האט געזאגט פארן בעל התניא: "איך ווייס וואס רש"י זאגט, איך וויל הערן פון אייך א בעסערע תירוץ".


האט דער הייליגער בעל התניא אים געזאגט אזוי: "ווען א מענטש קומט אן צו א געוויסע יאר פון זיין לעבן - דער בעל התניא האט צוגעטראפן גענוי ווי אלט דער שר איז געווען - פרעגט אים דער אייבערשטער: "אַיֶּכָּה? - דו ווייסט פארוואס איך האב דיר באשאפן, האסטו געטון וואס איך וויל פון דיר?" דאס האט דער אייבערשטער געפרעגט אדם הראשון: "אַיֶּכָּה? וואס גייט פאר מיט דיר, וואס האסטו געטון דא? וואו ביסטו? דו ביסט דאך אין 'גן עדן'; איך האב דיר דאך געגעבן א גאנצע וועלט, פארוואס האסטו זיך באנארישט?!" דער שר איז זייער נתפעל געווארן פונעם ענטפער און ער איז געגענגען שתדל'ן מען זאל באפרייען דעם הייליגן בעל התניא.


ווען עס גייט אריבער נאך א יאר פונעם מענטש'ס לעבן פרעגט דער אייבערשטער: "אַיֶּכָּה - וואס טוסטו אויף די וועלט? העלפסטו נאך א איד ער זאל וויסן אז ער קען לעבן א חיים טובים מיט אמונה מיט תורה? איך האב דיר געגעבן די גאנצע וועלט נאר כדי דו זאלסט העלפן מענטשן און זיי צוריק ברענגען צו מיר".


דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער ..., לאמיר ארבעטן צוזאמען, לאמיר משמש זיין דעם רבי'ן צוזאמען; העלף מיר איך זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט וואס מיר טוען, אזוי ארום וועלן מיר האבן וואס צו ענטפערן ווען מען וועט אונז פרעגן "אוואו ביסטו?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך דארף אריין לויפן צו מיינע טייערע תלמידים.