מכתב יומי
י שבט תשפ"ו
January 28 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט לצים וואס דרייען זיך אין ברסלב און פאררופן זיך חסידי ברסלב; זיי וועלן דיך אפקילן פון לערנען די הייליגע תורה, זיי וועלן דיר פארדרייען דעם קאפ מיט ליצנות, נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן נישט טענה'ן מיט קיינעם בענין דעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מוהרא"ש זאגט, אויבן אין הימל וועט מען זען דאס ווארהייט פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אינמיטן אות יג): וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד". "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.
וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ" מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.
דו האסט דאך שוין טועם געווען די טעם פון רבי'ן, האסט שוין זוכה געווען צו שפירן די טעם פון סדר דרך הלימוד, פארוואס זאלסטו דאס אפלאזן? פארוואס זאלסטו נישט רחמנות האבן אויף דיר? אויף דיין נשמה? עס וועט דאך קומען א טאג וואס מען וועט מוזן צוריק געבן די נשמה צום אייבערשטן, און דארט וועט מען אפיר נעמען אלע פרקים משניות, אלע בלעטער גמרא, אלע ווערטער פון די תורה וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען, וואס וועט דעמאלט זיין? עס וועט דאך זיין א גרויסע רחמנות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.
לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף, די אלע וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד", זיי האבן געלערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, פרקים משניות און דפים גמרא וכו' וכו', די אלע וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן אנגעפילט מיט כל התורה כולה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר און אלע מדרשים, זיי וועלן זיך נישט דארפן שעמען, דעמאלט וועט מען שוין זען ווער איז דער געלעכטער, ווייל דער וואס האט אפגעלאכט פון רבינ'ס דרך הלימוד ביי אים וועט נעבעך מקוים ווערן וואס שטייט (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", זאגט אויף דעם דער זוהר הקדוש (זוהר חדש, רות), אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט נישט אויסגעניצט זיינע יארן, זיין נשמה קלאגט: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפגעקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.
למען טובתך זאלסטו נישט מאכן מיט קיינעם קיין ויכוחים, דו כאפ אריין גוטס, לערן און דאווען, דין דעם אייבערשטן און זיי משונה פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.