מכתב יומי
ט שבט תשפ"ו
January 27 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דערמאן זיך וואס דער רבי האט מיט דיר געטון, ווי אזוי דו האסט אויסגעזען, און וואו דו שטייסט היינט, וואו דער רבי האט דיך געברענגט. עס איז דא א בריוו וואס דער רבי שרייבט אונז און דארט איז דא א שורה וואס דער רבי זאגט (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", דער רבי כאפט אן א מענטש וואס ליגט אין טיפן אפגרונד, אין שאול תחתית ומתחתיו, 'מאשפות ירים אביון', און וואשט אים אפ און ברענגט אים צו די מדריגה פון צדיקים, 'להושיבי עם נדיבים' צו די מדריגה פון צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "וויפיל פון מיינע מענטשן וואס זענען ביי מיר וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון רפש וטיט, זיי זענען געליגן אין בלאטעס, און איך האב זיי געברענגט צו אזא הויכע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; נאך האט דער רבי געזאגט: "איך האב ביי מיר מענטשן, וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי, 'כי גם השאול תחתיות היה קטן לפניהם', זיי קומען פון אזא נידריגע פלאץ וואס דער שאול תחתית איז אויך צו קליין, 'שאם היה אפשר להם לחתור תחת שאול תחתית היו חותרים', וואלט מען ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע לאך פון שאול תחתית וואלט מען ווען געדארפט פאר זיי גראבן א טיפערע לאך, 'ועל ידי נתקרבו אליו יתברך בהתקרבות כזו שאין להם להתבייש מצדיקים גדולים', און דורך מיר זענען זיי געקומען צו אזא גרויסע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; זאלסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט: "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", און זאלסט יעדן טאג טאנצן "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", און אויך זאלסטו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכיה צו זיין ביים רבי'ן און וויסן פון רבי'ן.
ליבער ברודער אז דיין ווייב שרייט אויף דיר זאלסטו נישט ענטפערן, היינט איז ג' בשלח, אלע טוען די סגולה פאר פרנסה, מען זאגט פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום און מיר ברסלב'ע חסידים האבן נאך א סגולה פאר פרנסה, מכבד זיין די ווייב; די סגולה איז שייך א גאנץ יאר, אז די ווייב שרייט זאל מען נישט ענטפערן נאר איר דן זיין לכף זכות; זי שרייט נישט ווייל זי וויל דיך וויי טון, זי שרייט פון איבערגעשטרענגטקייט; וואס ווייסטו וואס א פרוי גייט אריבער? איך זאג דיר דו ווייסט נישט, דו מיינסט דו ווייסט, קיינער ווייסט נישט וואס פרויען גייען אריבער אין שטוב מיט די קינדער, א מאן וועט קיינמאל נישט פארשטיין די צער און יסורים וואס פרויען האבן ביים מגדל זיין די קינדער, און נישט אומזיסט האט דער רבי אונז אזויפיל געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, און אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", פרויען ליידן זייער אסאך צער און יסורים פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי גייען אריבער אסאך ווייטאג ביים ווארטן, ביים געבוירן און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל, עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באוואוסט פאר יעדן איינעם זייער ווייטאג, זייער צער און זייער יסורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.